ווידעאָ: רירנדיק ייִדיש ליד וועגן דער טראַגעדיע אין מירוןWATCH: Moving Yiddish poem about the tragedy in Meron
מאָטי אילאָוויטשעס „זיי גייען קיין מירון“ ברענגט ניט קיין טעאָלאָגישע אויספֿירן; עס שפּיגלט פּשוט אָפּ די קאַטאַסטראָפֿע.

Image by Getty Images
ווי בײַ כּמעט אַלעמען, האָט בײַ מיר געפֿעלט ווערטער ווען איך האָב זיך דערוווּסט וועגן דער טראַגעדיע וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מירון בשעת די ל׳׳ג־בעומר־פֿײַערונגען. דער באַנאַלישער אויסדרוק, „עס זענען ניטאָ קיין ווערטער“ איז אין דעם פֿאַל שייך — ווי הייבט מען אָן צו פֿאַרשטיין אַזאַ צופֿעליקע, אַכזריותדיקע פּאַסירונג?
איין ייִד בײַ וועמען עס האָט ניט געפֿעלט קיין ווערטער איז דער פּאָעט און זינגער, מאָטי אילאָוויטש, וואָס, אַחוץ זײַנע מוזיק־ווידעאָס, לאָזט ער אָפֿט אַרויס קורצע ווידעאָס אין וועלכע ער לייענט פֿאָר זײַנע ערשט־געשאַפֿענע לידער וועגן דער פּרשה פֿון דער וואָך אָדער אַן אַקטועלער טעמע. אילאָוויטש האָט אויף זײַן יוטוב־קאַנאַל פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן ליד, „זיי גייען קיין מירון“, וואָס שילדערט די קאַטאַסטראָפֿע אויף אַ פּשוטן אָבער זייער רירנדיקן אופֿן.
געוויינטלעך דערוואַרט מען פֿון חסידישע זינגער און פּאָעטן עפּעס אַ נימשל אין זייערע לידער אָדער חיזוק־ווערטער וואָס דערמאָנען דעם אייבערשטנס ווילן. אילאָוויטשעס ליד געהערט ניט צו אַזאַ קאַטעגאָריע. ער פּרובירט ניט צו פֿאַרשטיין וואָס איז געשען אָדער צו געפֿינען אַ טעאָלאָגישע דערקלערונג. ער שילדערט פּשוט די טראַגעדיע מיט איינפֿאַכע, ריטמישע ווערטער, און דערלאָזט, אַז דער עולם זאָל מאַכן זײַנע אייגענע אויספֿירן.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
