אַבסורדישער טעאַטער מיט אַ חסידישן טעםAbsurdist theater with a Hasidic flavor
די פּיעסע, „אויפֿן ים“, ווערט געשפּילט פֿון פֿרויען וואָס זענען דערצויגן געוואָרן בײַ חסידישע משפּחות.

Image by New Yiddish Rep
דעם 20סטן מײַ, 7 אַ זייגער אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט, וועט דער „ניו ייִדיש רעפּ“־טעאַטער אויפֿפֿירן אַ נײַע פֿאָרשטעלונג פֿון „אויפֿן ים“ — אַ סאַטירע פֿון סלאַוואָמיר מראָזעק וועגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן אונטער אַ טאָטאַליטאַרישן רעזשים. די פּיעסע איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף ייִדיש פֿון ליבי פּאָלאַק, באַאַרבעט און רעזשיסירט פֿון געראַ סאַנדלער.
ווען מראָזעק איז געשטאָרבן אין 2013, האָט דער „ניו־יאָרק טײַמס“ באַמערקט, אַז מערבֿדיקע מענטשן פֿאַרשטייען נישט זײַן קאָמעדיע, ווײַל ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן אַליין נישט געלעבט אונטער אַ דיקטאַטור. זיי כאַפּן זיך נישט אַז די אַבסורדע סיטואַציעס, וואָס ער שטעלט פֿאָר, זײַנען בלויז אַ ביסל איבערגעטריבן אין פֿאַרגלײַך מיטן נאָרמאַלן לעבן אונטער קאָמוניזם.
אָבער איצט — זאָגט דער דירעקטאָר פֿונעם “ניו ייִדיש רעפּ”, דוד מאַנדלבוים — קענען מיר מראָזעק יאָ פֿאַרשטיין, ווײַל די פּראָדוקציע שפּיגלט אָפּ אין אַ קרומען שפּיגל די הײַנטיקע אַמעריקע, וואָס איז אונדז אַלעמען זייער גוט באַקאַנט. „די יאָרן פֿון דער טראָמפּ־אַדימינסטראַציע האָבן אונדז געלערנט, אַז נישט מראָזעקס פּיעסעס זײַנען אַבסורד, נאָר דאָס לעבן אַליין,“ האָט מאַנדלבוים באַמערקט.
עס שפּילן אין דער פּיעסע אַקטריסעס, וואָס זײַנען אַלע אויפֿגעוואַקסן חסידיש און רעדן ייִדיש פֿון דער היים: מלכּי גאָלדמאַן, ריקי רויז, מלכּי ווײַס און חני קרויס. אַזוי ווי ליבי פּאָלאַק איז אויך פֿון אַ חסידישן אָפּשטאַם, וועט די פֿאָרשטעלונג האָבן אַן אמתן היימישן טעם.
די אויפֿפֿירונג וועט טראַנסמיטירט ווערן דירעקט פֿון דער בינע פֿונעם „טעאַטער פֿאַר דער נײַער שטאָט“ אין ניו־יאָרק. בילעטן, וואָס קאָסטן $18, קען מען קויפֿן דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
