דער איבערזעץ־מכשיר פֿונעם פֿאָרווערטס פֿונקציאָנירט שוין ווידערThe Forverts translation feature is working again
די פֿונקציע דערמעגלעכט די לייענער צו באַקומען די ענגלישע איבערזעצונג פֿון כּמעט יעדן וואָרט, ווען זיי גיבן אַ קוועטש אויף אים.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער איבערזעץ־מכשיר אויף דער פֿאָרווערטס־וועבזײַט, וואָס האָט נישט פֿונקציאָנירט במשך פֿון מער ווי אַ חודש, איז שוין ווידער אין גאַנג.
אַ צאָל לייענער וואָס פֿאַרלאָזן זיך אויף דער כּלי כּדי צו העלפֿן זיי איבערלייענען די אַרטיקלען, האָבן טאַקע געשריבן צו דער רעדאַקציע וועגן דער פּראָבלעם.
דאָ רעדט זיך וועגן אַ ווערטערבוך וואָס איז אײַנפֿיקסירט (embedded, בלע״ז) אין דער פֿאָרווערטס־וועבזײַט. די פֿונקציע דערמעגלעכט די לייענער צו באַקומען די ענגלישע איבערזעצונג פֿון כּמעט יעדן וואָרט, ווען זיי גיבן אַ קוועטש אויף אים. דאָס ווערטערבוך וואָס דינט די פֿונקציע איז דאָס „אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך‟ צונויפֿגעשטעלט פֿון חיים באָכנער און שלום ביינפֿעלד.
די לייענער וואָס וועלן איצט גיבן אַ קוועטש אויף אַ וואָרט אין אַ פֿאָרווערטס־אַרטיקל וואָלטן שוין געדאַרפֿט באַקומען די איבערזעצונג, מאַכט נישט אויס וועלכן בלעטערער („בראַוזער‟) זיי ניצן. אויב אָבער דער איבערזעץ־מיטל פֿונקציאָנירט ווײַטער נישט, דאַרף מען פּשוט קוועטשן אויפֿן קנעפּל, „אָפּמעקן די געשיכטע‟ (clear recent history), און דאָס וואָלט געדאַרפֿט פֿאַרריכטן די צרה.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
