לכּבֿוד באָב דילאַנס ווערן אַ בן־שמונים, הערט זײַן ליד, „איך וועל זײַן באַפֿרײַט“ אויף ייִדישAs Bob Dylan turns 80, hear his song, “I Shall Be Released’’, in Yiddish
דניאל קאַהנס ייִדישער נוסח פֿונעם ליד איז פֿאַראַיאָרן אַרויסגעלאָזט געוואָרן ווי אַן אָפּרוף אויף דער פּאַנדעמיע.

Image by Getty Images
שווער צו גלייבן, אָבער די וואָך איז דער גרויסער אַמעריקאַנער מחבר פֿון זינגלידער און נאָבל־לאַוורעאַט פֿאַר ליטעראַטור, באָב דילאַן (פֿון דער הײם: ראָבערט צימערמאַן), געוואָרן אַ בן־שמונים. דיסקוסיעס וועגן דילאַנס ראָלע אין דער אַמעריקאַנער קולטור בכלל אָדער ווי ייִדישלעך עס זענען זײַנע לידער וועל איך איבערלאָזן פֿאַר אַנדערע.
גיכער וויל איך דאָ דערמאָנען אַז צו מאָל קען מען נאָך מער הנאה האָבן פֿון אַן איבערגעזעצטן ליד ווי פֿונעם אָריגינאַל. דניאל קאַהנס ייִדישער נוסח פֿון „איך וועל זײַן באַפֿרײַט“, וואָס ער האָט אַרויסגעלאָזט פֿאַראַיאָרן, ווי אַן אָפּרוף אויף דער קאָראָנאַ־ווירוס־פּאַנדעמיע, איז אַ משל דערפֿון.
דרך־אגבֿ, אַזוי ווײַט ווי איך ווייס, איז דילאַן, להיפּוך צו לענאַרד כּהן, קיינמאָל ניט אויפֿגעטראָטן מיט אַ ייִדיש ליד. מע קען אָבער יאָ זען, ווי ער שפּילט אויף אַ פֿלייטל, בעת זײַן איידעם, דער ראָקזינגער, פּיטער הימלמאַן, פֿירט אויס אַ ייִדיש ליד וואָס ער האָט זיך געלערנט פֿון דער באָבען. דאָס ליד אַליין דערקען איך ניט. טאָמער ווייסט איר ווי עס הייסט אָדער וווּ מע קען געפֿינען נאָך אַ רעקאָרדירונג דערפֿון, שרײַבט מיר אויפֿן אַדרעס [email protected].
דער אויפֿטריט איז פֿאָרגעקומען בשעת אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם אין 1989 מיטן ציל צו שאַפֿן געלט פֿאַר חב׳׳ד. צוזאַמען מיט זיי שפּילט דער אַקטיאָר, הערי דין סטענטאָן. דאָס ליד הייבט זיך אָן בײַ 1:10.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
