אָנלײַן־סימפּאָזיום געווידמעט ייִדישער און רוסיש־ייִדישער קינדער־ליטעראַטורOnline symposium on Yiddish and Russian-Jewish children’s literature
קוראַטאָרן פֿונעם ייִוואָ און דעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט וועלן ווײַזן מוסטערן פֿון אילוסטרירטע ביכער פֿון זייערע זאַמלונגען.

Graphic by Angelie Zaslavsky
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
ד׳׳ר מרים יודל, אַ פּראָפֿעסאָרשע בײַם „עמאָרי־אוניווערסיטעט“, וועמענס איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור זענען פֿאַראַיאָרן אַרויס אין אַ כרעסטאָמאַטיע מיט מער ווי 46 דערציילונגען און לידער, „האָניק אויפֿן זײַטל“, איז שוין אויפֿגעטראָטן אין אַ סך ערטער דורך זום מיט רעדעס וועגן דעם בוך און אויף דער טעמע בכלל. איצט וועט דער עולם האָבן אַ געלעגנהייט צו הערן יודלס מבֿינות בעת אַ סימפּאָזיום געווידמעט דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור אויף ייִדיש און אויף רוסיש. די פּראָגראַם, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן ייִוואָ צוזאַמען מיט דער „באָדלײַען־ביבליאָטעק“ בײַם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 22סטן יוני.
אין דער פּראָגראַם וועט ד׳׳ר יודל דערקלערן ווי אַזוי די ייִדישע קינדער־ליטעראַטור האָט זיך אַנטוויקלט ווי אַ פּועל־יוצא פֿון שולנעצן פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשידענע רעליגיעזע און פּאָליטישע שטראָמען.
ד׳׳ר קאַטריאָנאַ קעלי, אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿון רוסיש בײַם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, וועט אַרומרעדן קינדערביכער פֿון ייִדישע שרײַבער און קינסטלער אויף רוסיש, אַרײַנגערעכנט ווערק פֿונעם שרײַבער סאַמולי מאַרשאַרק, דער אילוסטראַטאָרין און ליאַלקע־דיזײַנערין נינאַ סימאָנאָוויטש־עפֿימאָוואַ און דעם מאָלער דוד שטערנבערג.
צוזאַמען מיט זיי וועלן קוראַטאָרן פֿון די צוויי אַנשטאַלטן, סטעפֿאַני האַלפּערן (די דירעקטאָרין פֿונעם ייִוואָ־אַרכיוו) און סעסאַר מערטשאַן־האַמאַן (דער יודאַיִקאַ־קוראַטאָר בײַ דער אָקספֿאָרדער ביבליאָטעק) ווײַזן מוסטערן פֿון אילוסטרירטע קינדערביכער פֿון די צוויי זאַמלונגען.
דער סימפּאָזיום הייבט זיך אָן 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט. דער אײַנטריט איז בחינם. כּדי צו באַקומען אַ זום־פֿאַרבינדונג, דאַרף מען זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער, דורכן געבן אַ קוועשט, דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
