Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„חסידישע מעשׂיות פֿון טישעװיץ‟ קען מען איצט לייענען אויף ענגליש“Hasidic Tales from Tishevitz” now available in English

טישעוויץ האָט מען באַטראַכט ווי דאָס „שטעטל שבשטעטלעך‟, די פֿאַרקערפּערונג פֿונעם אַלטן ייִדישן שטייגער

Avraham Stern
The Map of the World and Other Hasidic Tales
Translated by Yaakov David Shulman
169 Pages

דאָס שטעטל טישעװיץ, װאָס געפֿינט זיך אינעם דרום־מזרחדיקן װינקל פֿונעם לובלינער געגנט אין פּױלן, האָט אַ חשובֿן ייִחוס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. בײַ י. ל. פּרץ און יצחק באַשעװיס איז טישעװיץ געװען דאָס שטעטל־שבשטעטלעך, די פֿאַרקערפּערונג פֿונעם אַלטן ייִדישן שטײגער, װאָס איז פֿאַרבליבן אומבאַרירט במשך פֿון דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ציװיליזאַציע.

און דװקא פֿון טישעװיץ שטאַמט הרבֿ אַבֿרהם שטערן (1878 – 1955), דער מחבר פֿונעם ספֿר „חוטים המשולשים‟ — אַ זאַמלונג חסידישע מעשׂיות װאָס איז אַרױס אין מאָנטרעאָל אין 1953. . די דאָזיקע מעשׂיות האָט מען דעמאָלט געלויבט פֿאַר זײער פֿאָלקסטימלעכער שפּראַך. „װען מען לײענט די דאָזיקע מעשׂיות, איז דאָס ניט אַזױ װי מען לײענט ‚ליטעראַטור‘, נאָר אַזױ װי מען הערט זיך צו צו אַ חסיד װאָס גלייבט אין אַלץ װאָס ער האָט איבערגענומען פֿון דער חסידישער מסורה,‟ האָט געשריבן דער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער מוזיק, יצחק ראַבינאָװיטש.

הרבֿ שטערנס חיבור איז איצט צוטריטלעך פֿאַרן ענגליש־רעדנדיקן לײענער אַ דאַנק דער איבערזעצונג פֿון יעקבֿ דוד שולמאַן, דעם מחבר און איבערזעצער פֿון אַ צאָל ביכער װעגן חסידות, קבלה און ייִדישקײט. דער איבערזעצער האָט אָפּגעהיט דעם פֿרײַנדלעכן און הײמישן סטיל פֿונעם מקור. די מעשׂיות לײענען זיך כּמעט װי מע וואָלט זײ געהאַט געשריבן אױף ענגליש.

שולמאַן איז, אַגבֿ, דער זון פֿונעם לאַנגיאָריקן פֿאָרווערטס־שרײַבער און הומאָריסט, אַבֿרהם שולמאַן.

פֿאַרן טיטל פֿונעם ענגלישן נוסח האָט שולמאַן גענומען דעם אימאַזש פֿון אַ װעלטמאַפּע פֿון אַ מעשׂה וואָס דערצײלט װעגן אַן אינזשעניר פֿון פֿילאַדעלפֿיע. דער אינזשעניר איז געקומען צום סאַדיגערער רבין, ר‘ אַבֿרהם יעקבֿ. דער רבי האָט אים לאַנג אױסגעפֿרעגט װעגן זײַן אַרבעט. דער אינזשעניר האָט דערצײלט, אַז יעדן טאָג דאַרף ער גײן צו פֿוס אַ לאַנגן װעג פֿון זײַן הײם צו דעם געגנט װוּ ער אַרבעט. האָט דער רבי אים געגעבן אַן עצה׃ „אין די גרױסע שטעט זענען דאָ קאַמעניצעס (שטיינערנע בנינים), װאָס אין זײ געפֿינען זיך באַזאַרן אין זײערע קאָרידאָרן, װאָס האַקן זיך דורך פֿון גאַס צו גאַס. אַז איר װעט אַהײמקומען, זאָלט איר אויסזוכן אַזאַ באַזאַר, װאָס דורך אים קען אײַך זײער נאָענט זײַן פֿון אײַער הײם אין יענע גאַסן אַרײַּן.‟

און אַזױ איז געשען. דאָס קומעדיקע יאָר איז דער אינזשעניר װידער געקומען קײן סאַדיגערע, דאָס מאָל שױן װי אַ געטרײַער חסיד. װי אַזױ זשע האָט דער רבי אין סאַדיגערע געקענט װיסן װעגן דעם שטאָטפּלאַן פֿון פֿילאַדעלפֿיע בעסער אײדער דער אינזשעניר, װאָס האָט געאַרבעט אין דער שטאָט? װײַזט אױס, דער רבי האָט געהאַט אַ שטעקן מיט אַ קעפּל, „װאָס אױף אים איז אױסגעמאָלט די װעלטמאַפּע.‟ אַזױ אַרום האָט דער רבי געקענט זען אַלץ, װאָס עס קומט פֿאָר אויף דער גאַנצער װעלט.

די מעשׂיות פֿון דער זאַמלונג, „די װעלטמאַפּע און אַנדערע חסידישע מעשׂיות‟, דערצײלן, װי עס פּאַסט פֿאַר חסידישע מעשׂיות, װעגן נסים און נפֿלאָות, װאָס עס האָבן געמאַכט באַרימטע רביים. די דאָזיקע רביים זיצן אין די אוקראַיִנישע, פּױלישע און אונגערישע שטעטלעך, אָבער זײערע גײַסטיקעע האָריזאָנטן שטרעקן זיך העט װײַט קײן אײראָפּע און אַמעריקע. אין הרבֿ שטערנס מעשׂיות טרעפֿן זיך כּסדר צװײ װעלטן, די אַלטע און די נײַע. אָפֿט מאָל קומען הײַנטװעלטיקע מאָדערנע לײַט צו חסידות איבער די נסים פֿון אַלטװעלטלעכע רביים. הרבֿ שטערן פּאַסט צו די אַלטע מעשׂיות, װאָס ער האָט מיטגעבראַכט פֿון טישעװיץ, פֿאַרן נײַעם ייִדישן עולם אין צפֿון־אַמעריקע.

אין 1959 האָט יצחק באַשעװיס פֿאַרעפֿנטלעכט אין פֿאָרװערטס זײַן „מעשׂה־טישעװיץ‟, אַ ביטערן און טיפֿזיניקן משל װעגן דעם גורל פֿון ייִדיש און ייִדישקײט נאָכן חורבן. דער העלד פֿון דער מעשׂה איז דער לעצטער ייִדישער שד, װאָס איז פֿאַרבליבן אַלײן אױף דער װעלט׃ „איך, אַ שד, זאָג עדות, אַז ס‘זענען מער נישטאָ קײן שדים. צו װאָס שדים, װען דער מענטש אַלײן איז איצט אַ שד.‟

נאָכן חורבן איז דער שד געבליבן שטעקן אין טישעװיץ, װוּ עס איז „נישטאָ מער קײן ייִדן, נישטאָ מער קײן שדים, … ס‘איז אױס יצר־הרע, אױס יצר־טובֿ.‟ דער לעצטער שד זיצט אױפֿן בױדעם און לײענט אַ „טריף־פּסול ביכל אױף ייִדיש־טײַטש‟. און דער ביטער־איראָנישער נמשל פֿון דער מעשׂה איז אַזאַ׃ „יאָ, װי לאַנג ס‘איז דאָ אַ ייִדיש װאָרט, האָב איך אַן אָנהאַלטעניש. װי לאַנג די מילבן האָבן נישט אױפֿגעגעסן ס‘לעצטע בלעטל, איז נאָך דאָ מיט װאָס זיך צו שפּילן. װאָס ס‘װעט זײַן שפּעטער, װיל איך פֿאַרן מױל נישט ברענגען.‟

ר‘ אַבֿרהם שטערנס „חסידישע מעשׂיות‟ זײַנען אַרױס אין מאָנטרעאָל מיט זעקס יאָר פֿאַר באַשעװיסעס מעשׂה. דאָס איז געװען אַן אַנדער מין אָפּרוף אױפֿן חורבן אײדער באַשעװיסעס פּעסימיסטישע מעשׂה. הרבֿ שטערנס כּװנה איז געװען צו דערנעענטערן דעם אַמעריקאַנער עולם צו ייִדישקײט דורכן פֿאַרטיפֿן דעם לײענער אין די חסידישע מעשׂיות. דער סוד פֿון מקװה, זאָגט ער אינעם אָנהײב פֿון זײַן חיבור, איז אַזאַ׃ „מען װאַרפֿט פֿון זיך אַראָפּ די טומאה, און מען איז זיך מלביש מיט דער טהרה און קדושה‟.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.