אַ נײַע פּאָעזיע־זאַמלונג אַנטפּלעקט רוחניות דורך אַפּיקורסותA new poetry collection finds spirituality through heresy
אַלישאַ קאַפּלאַנס לידער גיבן דעם לייענער אַ הײַנצײַטיקן בליק אויף דער פּסיכאָלאָגיע פֿון קרבנות.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
Kaplan, Alisha
Qorbanot: Offerings
SUNY Press, 2021
װי מע זעט אינעם תּנ״ך איז דאָס ברענגען קרבנות אַן אופֿן צו פֿאַרהײליקן דעם טױט. מע קען נישט אַנטלױפֿן פֿון טױט, נאָר מע קען אים פֿאָרט צוזאַמענברענגען מיט קדושה.
װאָס טוט מען אָבער װען די קדושה װערט פֿאַרמינערט, אָפּגעשװאַכט – פֿון חורבן, פֿון מאָדערניטעט? װאָס געשעט װען אַ יחיד, נישט גאָט, איז דער צענטער פֿון דער װעלט? האָט דעמאָלט אַ זינען מקריבֿ זײַן אַ קרבן, און פֿאַר װעמען טוט מען דאָס?
אין איר נײַעם, גוט דורכגעטראַכטן, קינסטערליש אילוסטרירטן בוך, פּרוּװט די פּאָעטעסע אַלישאַ קאַפּלאַן ענטפֿערן אױף די אָ פֿראַגעס אין גערעם פֿון אירע אײגענע איבערלעבונגען, משפּחה־געשיכטע, פֿרײדן־און־לײדן, גשמיות און רוחניות.
קאַפּלאַן איז אַ שרײַבערין אין טאָראָנטע און אַ לערערין פֿון דער נאַראַטיװער מעדיצין, אַן אופֿן צו העלפֿן דאָקטױרים בעסער באַהאַנדלען פּאַציענטן דורכן צוהערן זיך צו זײערע פּערזענלעכע געשיכטעס פֿון קראַנקײט. זי קאָאָרדינירט אױך די אַרבעט פֿון אַ קאָלעקטיװער פֿאַרם װאָס דינט װי אַ לאָקאַל פֿאַר פּראָגרעסיװע אונטערנעמונגען. אין דעם בוך אָבער פֿאַרלאָזט זי זיך אױף אירע אייגענע שעפֿערישע כּוחות, אױף אירע פּערזענלעכע איבערלעבונגען װי אַ קינד פֿון אַ פֿרומער משפּחה, װי אַן אָפּשטאַמיקע פֿון דער שארית־הפּליטה און אויך — און דאָס איז וויכטיק וואָס שײך איר קונסט — ווי אַן אָפּגעפֿאָרענע פֿון דעם פֿרומען דרך.
דאָס עפֿענונג־ליד איז אַ פּאַסיקער אופֿן צו באַקענען דעם לײענער מיט איר סטיל, צוגאַנג און אינהאַלט (אַלע איבערזעצונגען זײַנען מײַנע):
מנחה
בין איך אַפּיקורס
בשעת איך גיב זיך אָפּ מיט מײַן געליבטן
און נישטאָ קײן אומגוט אין דעם
תּפֿילת מנחה:
אַ בעט אין פֿעלד
דער שורש פֿון „קרבן“
מײנט צו דערנענטערן זיך
מײַן אײנציקער אָפּפֿער
איז זיך אַלײן
איך ברען אַ קמיצה אױפֿן מזבח
עס קרײַזלט אין דער לופֿט אַ ריח נחוח
נישט העכער װי די טײטל־פּאַלמען
מע זעט דאָ אַ בפֿירושע פֿאַרבידונג צװישן דעם גוף פֿונעם פּאָעט און דעם מקריבֿ זײַן אַ קרבן. דער קרבן איז אַ רעזולטאַט פֿונעם טױט פֿון אַ בהמה, און דער פּאָעט, אין די דאָזיקע לידער, פֿאַרװאַנדלט דאָס אין אַ באַװײַז פֿון לעבן, פֿון ליבשאַפט.
אין אַן אַנדער ליד, זאָגט דער פּאָעט אַז „מײַן גוטע זײַט איז די חייִשע.“ זי הײבט דאָ אַרױס דאָס עלעמענטאַלע װאָס פֿאַרבינדט זי, װי אַ מענטש, מיט אַלע מענטשן, מיט געליבטע, מיט די חיות װאָס װערן קרבנות.
אין אַלגעמײן איז דער תּוכן דאָ אַן אױטאָביאָגראַפֿישער, און כאָטש עס קען זײַן אַן עכט־מאָדערנער קוק, קען איך נישט אָפּטרײסלען פֿון זיך דעם געדאַנק אַז דאָס בוך איז זײער ענלעך, כאָטש ס׳איז אױף ענגליש, צו די װערק פֿון די פֿריסטע ייִדישע דיכטערינס אין עזרא קאָרמאַנס באַרימטער אַנטאָלאָגיע. דאָ, בײַ קאַפּלאַן, געפֿינט מען אױך די עראָטיק געמישט מיט שולדגעפֿיל, מיט פּריװאַטער לײַדנשאַפֿט אין גערעם פֿון עפֿנטלעכע גרענעצן.
שולדאָפּפֿער
אַ דאַנק פֿאַרן מאַכן מיך פֿאַר אַ פֿרױ פֿאַרן לאָזן מיר אױפֿהאַלטן אין ספֿר־חײם אין דער פּיצע־געשעפֿט װוּהין כ׳האָב מורא געהאַט אַרײַנצוגײן אין דזשינסן די קינאָ װוּ כ׳האָב מורא געהאַט מע זאָל מיך דאָרטן זען מיט אַ ייִנגל דער דוש װוּ כ׳האָב מורא געהאַט צו זינגען דאָס בענקל װוּ צו זיצן טאָמער דאָס קלײדל הײבט זיך און װײַזט מײַן אָרט כ׳האָב מורא אָנצוקוקן ביז כ׳בין געװען 25 יאָר אַלט אַ דאַנק פֿאַרן לערנען מיך מורא צו האָבן פֿאַרן פֿרעמדן פֿאַרן מאַכן מיך קוקן הינטער זיך זײַ געבענטשט אַ דאַנק אַ דאַנק
און אַזױ װי יענע דיכטערינס האָבן אָפֿט מאָל געװאָלט אַרױס פֿון די ד׳ אַמות פֿון שטעטל, אָדער פֿון דער שטאָט, משפּהה און ייִדישקײט, אַזױ אױך װיל קאַפּלאַן אַרױס פֿון אירע גרענעצן. „ערגעץ אין הימל“ — זאָגט זי אין אַ ליד־אָפּטײל אונטערן טיטל „ערבֿות“ — „עפֿנט זיך אַ טיר.“
דער מיטלסטער טײל איז דער טראַגישסטער, װי אַ צירונג פֿון אומגליק אין מיטן דער פֿרײַער עראָטישקײט און שפּילעװדיקער אַפּיקורסות: זכרונות און אײַינדרוקן פֿון קאַפּלאַנס קרובֿים, לעבן־געבליבענע פֿון חורבן.
אױסצוג פֿון ליד „אָפּפֿער פֿון 10 קלײדער“
5טער מײַ, 1945, די ערשטע פֿאָטאָגראַפֿיע זינט יאָרן:
צװײ רײען יונגע פֿרױען, דאָס פֿלײש אומגעקערט צו די פּנימער, אין פּאַסנדיקע
קלײדער מיט פּוכיקע אַרבל, קאָלנערס אין פּערפֿעקטע שפּיצן,
דיאַגאָנאַלע מוסטערן אױף די ברוסט־קעשענעס, דאָרט.
בײַ איר קיכטיש, צװישן אונדז אַ טעלער ראָגעלעך
װײַזט זי אָן אױף דער פֿאָטאָגראַפֿיע
„מיר האָבן אָנגעהױבן, מאַמעלע, צו זײַן מענטשן.“
דאָס בוך, מיט איר קערפּערישקײט, רוחניות דורך אַפּיקורסות, און אײַנגעװאָרצלטקײט סײַ אין דער געשיכטע, סײַ אין דער איצטיקער װעלט, איז אַ גלאַנצנדיקער בײַשפּיל פֿון יענער מענטשלעכקײט.
צוגעבן מוז מען אױך אַז דאָס איז נישט סתּם אַ דין ביכל פּאָעזיע – דאָס איז אַן עלעגאַנט אַרױסגעגעבענער באַנד מיט עטלעכע באַשטאַנדטײלן: נישט נאָר די לידער אַלײן, נאָר אַרטיסטישע אילוסטראַציעס פֿון טאָבי אַהרן כּהן, צוזאַמען מיט קריטישע באַהאַנדלונגען פֿון ליטעראַטור־פֿאָרשערס און -קריטיקערס. אַ װאָרט פֿריִער איז אױך פֿאַראַן. דער אוניװערסיטעט־פֿאַרלאַג פֿון דער ניו־יאָרקער שטאַט־אוניװערסיטעט האָט זיך אָנגעטאָן אַ כּוח אַרױסצוברענגען אַ בוך װאָס ס׳איז אַ מחיה דאָס צו נעמען אין דער האַנט אַרײַן, ממש װי אַ גוט־אױסגעפֿורעמטע כּלי אין בית־המיקדש.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor