קאָנצערט פֿון ייִדישן עלעקטראָפּאָפּ וועט טראַנסמיטירט ווערן אָנלײַןConcert of Yiddish electropop to be broadcast online
מאַריאַ קאַ וועט אויפֿטרעטן מיט נײַן לידער, אַרײַנגערעכנט פֿיר פֿון איר אַלבאָם, „די אַרומיקע וועלט“.

Image by Maria Ka
דאָנערשטיק, דעם 1טן יולי, וועט די זינגערין און שאַפֿערין פֿון אָריגינעלע ייִדישע עלעקטראָפּאָפּ־לידער, מאַריאַ קאַ, אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט אָנלײַן.
אין דער פּראָגראַם, וואָס ווערט אײַנגעאָרדנט ווי אַ טייל פֿון דער „לײַפּציקער וואָך פֿון ייִדישער קולטור“, וועט קאַ זינגען נײַן לידער, אַרײַנגערעכנט פֿיר פֿון איר אַלבאָם, „די אַרומריקע וועלט“, וואָס מע האָט באַשריבן אינעם פֿאָרווערטס.
דער איין־שעהיקער קאָנצערט וועט טראַנסמיטירט ווערן 8 אַ זייגער אין אָוונט צענטראַל־אייראָפּעיִשע צײַט (2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט). די אַמעריקאַנער וואָס קענען ניט מיטהאַלטן מיט דער פּראָגראַם דירעקט וועלן האָבן אַ געלעגנהייט אים שפּעטער צו זען אויף יוטוב. כּדי צו באַקומען די יוטוב־פֿאַרבינדונג, גיט אַ קוועטש דאָ.