Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿון פּוילן: אַן עלעקטראָפּאָפּ־אַלבאָם וואָס שילדערט די קאָראָנאַ־ווירוס־תּקופֿהFrom Poland: An album of Yiddish electropop captures the coronavirus era

מאַריאַ קאַס „די אַרומיקע וועלט“ בינדט צונויף אַן אייגנאַרטיקן קלאַנג מיט פּאָעטישע לידערטעקסטן.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

דאָס ערשטע מאָל וואָס איך האָב זיך צוגעהערט צו מאַריאַ קאַס אַלבאָם, „די אַרומיקע וועלט“, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז מײַן קאָמפּיוטער שפּילט לידער פֿון אַ פּאַראַלעלן אוניווערס.

קודם, באַשטייט ער ניט בלויז פֿון ייִדישע לידער וועגן דער קאָראָנאַ־ווירוס־תּקופֿה און די פּראָבלעמען פֿון פֿרויען אינעם הײַנטיקן פּוילן, נאָר די ווערטער ווערן באַגלייט פֿון אַן אייגנאַרטיקן סינטעז פֿון מוזיקאַלישע זשאַנערס, וואָס מע הערט בכלל ניט בײַ אַנדערע ייִדישע זינגער. מאַריאַ קאַס קאָמפּאָזיציעס נעמען אַרײַן עלעמענטן פֿון עלעקטראָנישער טאַנצמוזיק, אייראָפּאָפּ, אַלטערנאַטיוון ראָק, און „קאַלטער כוואַליע“־מוזיק. דערצו שפּילט זי אַליין אַלע אינסטרומענטן — גיטאַר, פּיאַנע, קלאַוויאַטור וכדומה, און שטעלט צונויף די רעקאָרדירונגען מיט דער הילף פֿון אַ „לופּ“־מאַשין.

ניט געקוקט אויף די פּסיכעדעלישע קלאַנגען וואָס פּולסירן פֿון צײַט צו צײַט, קען מען קלאָר הערן יעדעס וואָרט. און דאָס איז טאַקע וויכטיק, ווײַל „די אַרומיקע וועלט“, וואָס איז אַרויס אין אויגוסט 2020, איז ניט בלויז העכסט אינטערעסאַנט פֿון אַ מוזיקאַלישן שטאַנדפּונקט; מאַריאַ קאַ איז אויך אַ טאַלאַנטירטע מחברטע פֿון זינגלידער. אירע טעקסטן קלינגען לכתּחילה פּשוט אָבער גיבן איבער סאָפֿיסטיצירטע נואַנסן, וואָס מע קען אָפּטײַטשן אויף עטלעכע אופֿנים. מיט אַזעלכע שורות ווי „צוויי זײַטן האָט מײַן וועלט/ די קראַנקע און געזונטע, ווי מײַנע צוויי הענט“ (פֿונעם ליד: „די אַרומיקע וועלט“), און „די לבֿנה הײַנט/ ברענט און העל שײַנט / קיין שרעק געפֿינט זיך / אויף איר גלאַנציקער זײַט“ (פֿון „אשה פֿרוי“), וואָס זענען בעצם קליינע לאָגישע רעטענישן, איז עס מיר ניט געווען קיין חידוש זיך צו דערוויסן, אַז אַחוץ יודאַיִסטיק האָט זי שטודירט פּסיכאָלאָגיע. איר דיפּלאָם איז פֿונעם יאַגעלאָנער אוניווערסיטעט אין קראָקע.

טאַקע ווי אַ סטודענטקע אין קראָקע האָט מאַריאַ קאַ (איר אמתער נאָמען איז מאַריאַ קאַווסקאַ), זיך פֿאַרליבט אין ייִדיש. „צוליב מײַנע ייִדישע וואָרצלען איז די שפּראַך מיר נאָענט צום האַרצן“, האָט זי איבערגעגעבן.

זי איז ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט אירע שטודיעס און האָט געמאַכט אַ מאַגיסטער־אַרבעט וועגן פֿרויען אינעם ייִדישן קינאָ. פּאַסיק איז, דערפֿאַר, וואָס אַ פֿילם האָט אינספּירירט אירע ערשטע לידער אויף מאַמע־לשון: „תּקיעת־כּף“ (1924), אַ שטילער פֿאָרגייער פֿונעם „דיבוק“, מיט די גרויסע שטערן פֿון דער פּוילישער ייִדישער בינע אסתּר־רחל און אידאַ קאַמינסקאַ. בײַ איין קאָנצערט וואָס זי האָט שוין עטלעכע מאָל פֿאָרגעשטעלט, ווײַזט זי „תּקיעת־כּף“ פֿאַרן עולם און בשעת־מעשׂה שפּילט זי איר אייגענע קאָמפּאָזיציע ווי באַגלייט־מוזיק.

מאַריאַ קאַ האָט מיר דערציילט, אַז זי וויל שרײַבן ייִדישע לידער אינספּירירט פֿון הײַנטיקע געשעענישן, כּדי צו ווײַזן אַז די שפּראַך בליט ווײַטער. זי איז ניט קיין גרויסע אָנהענגערין פֿון קלעזמער און אַנדערע טראַדיציאָנעלע ייִדישע זשאַנערס, שאַפֿט זי קאָמפּאָזיציעס וואָס שפּיגלען אָפּ אירע אייגענע מוזיקאַלישע אינטערעסן. אויף דער פֿראַגע, וועלכע מוזיקער האָבן זי אינספּירירט, האָט זי דערמאָנט אַזעלכע פֿאַרשידענאַרטיקע אַרטיסטסן ווי די בלוז־ און פּסיכאַדעלישע ראָק־קאַפּעליע The Dead Weather, די פֿראַנצייזישע אַוואַנגאַרדישע עלעקטראָפּאָפּ־ און „קאַלטע כוואַליע“־גרופּע La Femme און די איסלענדישע זינגערין, ביאָרק.

„די אַרומיקע וועלט“, וואָס נעמט אַרײַן, אַחוץ דרײַ אָריגינעלע לידער, אויך מאַריאַ קאַס נוסחאָות פֿון „מײַן שטעטעלע בעלץ“, און „זאָג ניט קיינמאָל“, ווערט באַגלייט פֿון קורצע פֿילמען מיט בלישטשענדיקע קאָלירן און עפֿעמערישע בילדער. ווי אַ גאַנצקייט גיט דער ווידעאָ־אַלבאָם דאָס געפֿיל פֿון אַ פֿאַנטאַסמאַגאָריע, וווּ פֿליִענדיקע געשטאַלטן באַגלייטן מוזיקאַלישע שאַפֿונגען פֿון אַן אָרט און צײַט וואָס מע וואָלט ניט דערוואַרט, אויף אַ שפּראַך, וואָס מע הערט בכלל ניט געזונגען אויף אַזאַ אופֿן.

ס׳איז מסתּמא ניט קיין צופֿאַל וואָס די אומגעריכטע עסטעטיק שפּיגלט גוט אָפּ די אויסטערלישע ערשטע וואָכן פֿון דער קאָראָנאַ־ווירוס־תּקופֿה. צו יענער צײַט האָט מאַריאַ קאַ, וואָס שפּילט אָפֿט אין דער היסטאָרישער דאַנצקער נײַשיל, געדאַרפֿט, ווי אַלע אַרטיסטן, בלײַבן אין דער היים. זי האָט אויסגענוצט די קאַראַנטין־צײַט צו שאַפֿן „די אַרומיקע וועלט“ און רעקאָרדירן אַ קומענדיקן אַלבאָם, „דער המשך“.

להיפּוך צום פֿאָריקן אַלבאָם, וואָס איז געווען אַ סאָלאָ־פּראָיעקט, זינגט מאַריאַ קאַ אין „דער המשך“ מיט אַ קאַפּעליע. די לידער רופֿן זיך אָפּ אויפֿן פּאָליטישן מצבֿ אין פּוילן, אַ לאַנד וווּ די עקסטרעם־קאָנסערוואַטיווע רעגירונג האַלט אין איין באַגרענעצן די רעכט פֿון פֿרויען. מאַריאַ קאַ זאָגט אַז איר אַלבאָם איז אינספּירירט געוואָרן פֿון די „געהיימע געשיכטעס פֿון פֿרויען, וואָס ווערן געוויינטלעך פֿאַרדעקט דורכן פּאַטריאַרכאַלישן נאַראַטיוו“.

אַחוץ פֿינף נײַע שאַפֿונגען, וועט „דער המשך“ אַרײַננעמען פֿינף באַקאַנטע ייִדישע לידער, אַרײַנגערעכנט „שיין ווי די לבֿנה“ און „פּאַפּיראָסן“, נאָר מיט דערפֿרישטע ווערטער וואָס אַנטפּלעקן אַ פֿרוייִשן פּערספּעקטיוו. מאַריאַ קאַ האָפֿט אַז זי וועט אים קענען אַרויסלאָזן ווי אַ פֿיזישע פּלאַטע און ניט בלויז ווי אַ דיגיטאַלישן אַלבאָם.

ווי מע קען זען בײַם איבערלייענען די ענגלישע און פּוילישע אונטערקעפּלעך אין אירע ווידעאָס, איז מאַריאַ קאַ זייער פּרעציז בײַם פֿאַרטײַטשן די טעקסטן. ניט תּמיד זײַנען זיי בוכשטעבלעכע איבערזעצונגען, נאָר גיכער ליטעראַרישע אויסטײַטשונגען, וואָס קלינגען צו מאָל ווי נײַע לידער. איר צוגאַנג צו, און שפּילעוודיקייט מיט שפּראַך וועט זײַן די טעמע פֿון נאָך אַן אַלבאָם אירע, „די שײַכותן“, וואָס די לידער וועלן זײַן אויף אַ געמיש פֿון ענגליש, פּויליש און ייִדיש. מיט דעם פּראָיעקט וויל מאַריאַ קאַ באַטראַכטן דעם צווישנקאָנטאַקט צווישן שפּראַכן און אירע איבערלעבונגען אויפֿן ראַנד פֿון פֿאַרשידענע קולטורעלע אידענטיטעטן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.