רעפֿעראַט: ווי די ייִדישע ליטעראַטור ווערט אויפֿגענומען אין יאַפּאַןLecture: How Jewish literature is received in Japan
ד׳׳ר יאָשידזשי היראָסע האָט אַרויסגעגעבן אַ טוץ ביכער אין יאַפּאַן וועגן דער ייִדישער קולטור און הומאָר.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ווי אַזוי פֿאַרשטייט מען די ייִדישע ליטעראַטור אין יאַפּאַן און ווי נעמט מען דאָרט אויף די ווערק פֿון אַמעריקאַנער און ענגלישע שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם?
ד׳׳ר יאָשידזשי היראָסע איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון אַמעריקאַנער ליטעראַטור בײַם נאָטרע־דיים־סיישין־אוניווערסיטעט אין אָקאַיאַמאַ, יאַפּאַן, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין דעם אופֿן ווי אַזוי די ייִדישע ליטעראַטור האָט משפּיע געווען אויף די ווערק פֿון ייִדישע שרײַבער אויף ענגליש. לעצטנס האָט ער אַרויסגעגעבן אַ מאָנאָגראַפֿיע אויף דער טעמע אויף ענגליש און האַלט איצט אַ סעריע רעפֿעראַטן וועגן דעם.
דינסטיק, דעם 3טן אויגוסט, 7:00 ניו־יאָרקער צײַט וועט היראָסע אַרומרעדן ווי אַזוי די ווערק פֿון מײַקל שאַבאָן, אלי וויזל און האָוערד דזשייקאָבסאָן זענען באַווירקט געוואָרן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. בײַ דער געלעגנהייט וועט ער דערקלערן ווי אַזוי מע האָט אויפֿגענומען די דאָזיקע שרײַבער אין יאַפּאַן און ווי מע טײַטשט אויס זייערע ווערק אינעם יאַפּאַנישן קולטורעלן קאָנטעקסט.
די פּראָגראַם ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן קאַליפֿאָרניער ייִדיש־אינסטיטוט, דעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס און דעם טאָראָנטער ייִדישן קאָמיטעט.
כּדי צו זען די פּראָגראַם, גיט אַ קוועטש דאָ
ד׳׳ר היראָסע איז אויך דער מחבר פֿון אַ טוץ ביכער אויף יאַפּאַניש וועגן דעם ייִדישן הומאָר, די ווערק פֿון ישׂראל יהושע זינגער און די ליטעראַרישע ווידערקלאַנגען פֿון ייִדיש אין די ווערק פֿון סאָל בעלאָו, סינטיאַ אָזיק און פֿיליפּ ראָט.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
