מײַן טאַטע, דער שוסטערMy father, the shoemaker
ס׳איז געווען אַ נס וואָס קיינער פֿון די פּויערים האָט אים נישט אָנגעשלאָגן, בפֿרט אַז נאָך יעדן שווערן רעגן האָבן די שטיוול געקענט זיך צעפֿאַלן.

Image by Pxfuel
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
מײַן טאַטע, בען (בערטשע, אויף ייִדיש) פּערקאַל, איז געווען אַ וווילער ייִד און אַ גוטער טאַטע צו זײַנע קינדער. ער איז אָבער מסתּמא געווען דער אומפֿעיִקסטער שוסטער אין אָסטראַלענקע, דאָס שטעטל אין וועלכן ער איז דערצויגן געוואָרן.
ווי אַזוי ווייס איך דאָס? סײַ מײַן מאַמע סײַ מײַן טאַטנס פּלימעניק — מײַן שוועסטערקינד, הענרי — האָבן עדות געזאָגט אויף דעם. הענרי זאָגט אַז די שטיוול וואָס מײַן טאַטע האָט געשניטן און פֿאַרקויפֿט צו די פּויערים זענען זיך אַזוי גיך צעפֿאַלן אַז ער האָט מורא געהאַט אַז איינער פֿון די פּויערים וועט קומען און אים גוט אָנשלאָגן.
מײַן טאַטע איז בכלל נישט געווען קיין פֿאַכמאַן. ער האָט געטאָן די אַרבעט, פּשוט כּדי צו פֿאַרדינען אַ ביסל. ער האָט נישט געמאַכט דעם גאַנצן שטיוול. ער האָט בלויז געלייגט די פּאָדעשוועס אויף זיי. ער פֿלעג אויסזוכן דעם סאַמע דינסטן לעדער און דערנאָך צונייען די פּאָדעשווע צום שטיוול, ניצנדיק הילצערנע פֿלעקלעך. דערנאָך האָט ער אויסגעגלײַכט די הילצערנע פֿלעקלעך כּדי דער פֿוס זאָל נישט דורכגעשטאָכן ווערן. פֿאַרשטייט זיך וואָלט קיין דערפֿאַרענער שוסטער נישט רעקאָמענדירט אַזאַ מעטאָד.
יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק פֿלעגן מײַנע טאַטע־מאַמע און הענרי אויפֿהענגען די שטיוול אויף אַ ריזיקן הענגער און דאָס שלעפּן אין מאַרק אַרײַן. דערנאָך האָט דער טאַטע זיך אַוועקגעשטעלט זיך אויסדינגען מיט די פּויערים איבערן פּרײַז. ס׳איז געווען אַ נס־מן־השמים אַז קיינער האָט אים נישט געגעבן אין קאַרק — בפֿרט אַז נאָך יעדן שווערן רעגן האָבן די שטיוול געקענט זיך צעפֿאַלן.
צוריקגערעדט איז מײַן טאַטע זיכער נישט געווען דער איינציקער אומפֿעיִקער שוסטער אין פּוילן. דאָרט ציט זיך שוין אַ לאַנגע געשיכטע פֿון נישט־געראָטענע שוסטערס, ווי מע קען זען פֿון די תּקנות בײַם שוסטער־צעך, געשאַפֿן אין יאָר 1502. איין תּקנה האָט דערקלערט אַז דער צעך וועט באַשטראָפֿן די שוסטערס וואָס טוען אַ פֿוילע אַרבעט, און אַז אויב דער צעך טוט גאָרנישט, קען דער פֿירשט וואָס איז דער איבערזעער איבערן צעך אַליין מאָנען שטראָפֿגעלט פֿונעם אומקאָמפּעטענטן שוסטער. ווי עס זעט אויס האָט די סיסטעם נישט אויסגעהאַלטן, צום ווייניקסטן — נישט אין אָסטראַלענקע.

My father, Ben Perkal (Bercha in Yiddish) and me, in 1948
אין שטעטל האָט זיך פֿאַרשפּרייט דער ווײַטערדיקער וויץ: „ווען פּעפּקע דער שוסטער האָט גענייט שיך האָט ער געניצט נישט־געראָטענע סחורה ווי קאַרטאָן. ווען מע האָט אים געפֿרעגט פֿאַר וואָס די שיך צערײַסן זיך אַזוי גיך האָט ער געענטפֿערט: „ווײַל מע פּוצט זיי נישט גענוג.‟ אָבער נאָך דעם ווי מע האָט זיי גוט געפּוצט, און זיי האָבן זיך נאָך מער צעריסן, פֿלעג ער זאָגן, אַז ס׳איז „דערפֿאַר וואָס מע האָט זיי צו פֿיל געפּוצט.‟
אפֿשר קלינגט עס הײַנט נישט אַזוי קאָמיש אָבער אין אָסטראַלענקע האָט מען זיך געקאַטשעט פֿון געלעכטער דערפֿון.
מײַן טאַטע איז באַקאַנט געווען אין שטעטל נישט בלויז צוליב זײַן אומפֿעיִקייט בײַם מאַכן שיך. יאָרן לאַנג האָט מען געדענקט ווי ער איז איין מאָל אין מאַרק צוגעגאַנגען צו אַ פֿערד־און־וואָגן וואָס עמעצער האָט איבערגעלאָזט, און סתּם אַזוי, זיך אַרײַנגעזעצט און גענומען פֿאָרן. ער האָט באַלד אײַנגעזען אַז ער האָט נישט קיין שום אַנונג ווי צו פֿירן אַזאַ זאַך. דאָס פֿערד־און־וואָגן האָט אָנגעמאַכט אַן איבערקערעניש אין מאַרק, אַרונטערגעוואָרפֿן די שטעלעכלעך, בעת אַלע קרעמער און קונים האָבן זיך צעלאָפֿן אין אַלע זײַטן, בעת מײַן טאַטע האָט זיך נעבעך אָנגעהאַלטן מיט אַלע כּוחות.
צום סוף האָט אַ פּויער אַרויפֿגעשפּרונגען אויפֿן וואָגן און אײַנגעצאַמט דאָס פֿערד. איך ווייס נישט צי יענער פּויער האָט דעמאָלט געטראָגן שטיוול וואָס מײַן טאַטע האָט גענייט.
אַן אַנדערט מאָל האָט מען אַרעסטירט מײַן טאַטן פֿאַר זײַן ראָלע ווי אַן אַגיטאַטאָר בײַ אַ פּאַראַד פֿונעם ערשטן מײַ. אַז מע פֿרעגט מיך, האַלט איך אַז דאָס האָבן אים געמסרט עטלעכע ברוגזע פּויערים.
דערנאָך זענען געקומען די שלעכטע צײַטן. די דײַטשן זענען אַרײַן אין אָסטראַלענקע, און האָבן ס׳רובֿ פֿון די ייִדן אומגעבראַכט. מײַנע טאַטע־מאַמע, שוועסטער, ברודער, באָבע, פֿעטער און מומע האָבן אָבער באַוויזן צו אַנטלויפֿן. פּלוצלינג, אויפֿן וועג, האָט דער טאַטע זיך דערמאָנט אַז ער האָט פֿאַרגעסן מיטצוברענגען זײַנע שוסטער־מכשירים. נישט געקוקט אויף מײַן מאַמעס געשרייען איז ער צוריקגעגאַנגען אין אָסטראַלענקע. ווי נאָר ער איז אַרײַן אין שטעטל האָט אַ דײַטשער סאָלדאַט אים אָפּגעשטעלט. צום גליק האָט דער טאַטע געטראָפֿן אַ סאָלדאַט וואָס האָט טאַקע געגלייבט זײַן תּירוץ.

One of the shoe-making tools that my father shlepped all the way to America Image by Harry Perkal
געזאָגט האָט ער אים אַז ער האָט צוויי קינדערלעך (דאָס איז טאַקע געווען אמת), אַז זיי זענען זייער קראַנק און ער איז געקומען אָפּנעמען זייערע מעדיקאַמענטן. האָט דער סאָלדאַט אים באַפֿרײַט און מײַן טאַטע האָט גענומען זײַן שוסטער־געצײַג. ווען ער האָט זיך ווידער פֿאַראייניקט מיט דער משפּחה האָט די מאַמע אים שיִער נישט דערוואָרגן.
און איר וועט נישט גלייבן: דער טאַטע האָט טאַקע געשלעפּט דאָס שוסטער־געצײַג ביז אַמעריקע, כאָטש ער האָט עס קיין מאָל מער נישט געניצט. ווי מע קען זען פֿונעם בילד, האָב איך נאָך דעם האַמער.
און דאָך, האָט אָט דער כאַראַקטער זײַנער — זײַן פֿעסטקייט און מוטיקייט — דערמעגלעכט אים, מיט דער גאַנצער משפּחה, איבערצולעבן די מלחמה. זעט איר, אַז אַ מענטש קען אויסזען גלײַך ווי יעדער אַנדערער בשׂר־ודם, און אַפֿילו זײַן אַ שטיקל שלימזל, אָבער זיך פֿאָרט אויסצייכענען אין אַ שווערער צײַט.