די סאָװעטישע געשטאַלט פֿון אַבֿרהם סוצקעװערThe soviet image of Avrom Sutzkever
די סאָוועטישע רעדאַקטאָרן פֿון סוצקעווערס טעקסטן האָבן געהאָלפֿן שאַפֿן זײַן העלדישן אימאַזש.
די געשיכטע ווי אַזוי דער דיכטער אַבֿרהם סוצקעװער איז געראַטעװעט געוואָרן בעת דער מלחמה איז גוט באַקאַנט. אין פֿרילינג 1944 האָט די סאָװעטישע רעגירונג ספּעציעל געשיקט אַן עראָפּלאַן װאָס האָט אַראָפּגעבראַכט סוצקעװער און זײַן פֿרױ, פֿרײדקע, קײן מאָסקװע פֿון אָקופּירטן װײַסרוסלאַנד, װוּ זײ האָבן זיך געשלאָגן קעגן די דײַטשן צוזאַמען מיט די סאָװעטישע פּאַרטיזאַנער.
דער רוסיש־ייִדישער זשורנאַליסט איליאַ ערענבורג האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אין דער צענטראַלער פּאַרטײ־צײַטונג, „פּראַװדאַ‟, װוּ ער האָט געלױבט די העלדישקײט פֿונעם ייִדישן דיכטער־פּאַרטיזאַנער. סוצקעװער איז געװאָרן אַ מיטגליד פֿונעם סאָװעטישן שרײַבער־פֿאַראײן; זײַנע לידער און אַרטיקלען האָבן זיך געדרוקט אין דער צײַטונג „אײניקײט‟, און זײַן בוך „פֿון װילנער געטאָ‟ איז אַרױס אין 1946 אינעם מלוכישן ייִדישן פֿאַרלאַג, „דער עמעס‟.
אין 1946 איז סוצקעװער אַרױסגעפֿאָרן קײן נירנבערג װי אַן עדות אױפֿן פּראָצעס קעגן די נאַציסטישע פֿאַרברעכער. מער האָט ער זיך קײן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד ניט אומגעקערט. דער ייִדישער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט, דער פֿאַרלאַג „דער עמעס‟ און די צײַטונג „אײניקײט‟ זײַנען פֿאַרמאַכט געװאָרן אין האַרבסט 1948 און דאָס רובֿ פֿון די מיטאַרבעטער זײַנען אַרעסטירט געװאָרן. די אָנפֿירער פֿונעם קאָמיטעט, צװישן זײ — די ייִדישע שרײַבער פּרץ מאַרקיש, דוד בערגעלסאָן, לײב קװיטקאָ און איציק פֿעפֿער — זײַנען באַשולדיקט געװאָרן אין שפּיאָנירן לטובֿת אַמעריקע און זײַנען דערשאָסן געװאָרן דעם 12טן אױגוסט 1952. אַזױ אַרום איז סוצקעװער ווידער ניצול געוואָרן פֿון אַ טױט־סכּנה.
דער ריזיקער אַרכיװ פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט איז קאָנפֿיסקירט געװאָרן דורך דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ. די פּאָליציייִשע אַרכיװיסטן האָבן אױסגעסדרט די דאָקומענטן לױט די פּערזענלעכקײטן, כּדי צוצוגרײטן מאַטעריאַלן פֿאַרן געריכט. צװישן סוצקעװערס כּתבֿ־ידן אינעם דאָזיקן אַרכיװ זײַנען פֿאַראַן לידער, אַרטיקלען, בריװ, פֿאַרעפֿנטלעכטע און ניט־פֿאַרעפֿנטלעכטע. סוצקעװער האָט געשפּילט אַ חשובֿע ראָלע פֿאַר דער סאָװעטישער פּראָפּאַגאַנדע. ער איז געװען אַ באַקאַנטער דיכטער און אַ העלד פֿונעם װילנער געטאָ. אַזאַ מין פֿיגור — האָבן זיי מסתּמא געקלערט — װאָלט צוגעצױגן די סימפּאַטיע צום סאָװעטן־פֿאַרבאַנד מצד אױסלענדישע ייִדן, אַפֿילו אַזעלכע, װאָס זײַנען ניט געװען געשטימט פּראָ־סאָװעטיש.
סוצקעװערס לידער זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן ניט נאָר אין דער סאָװעטישער פּרעסע, נאָר אױך אין אַמעריקע. די סאַמע װיכטיקסטע פּובליקאַציעס פֿון יענער צײַט זײַנען די צװײ זאַמלונגען לידער, װאָס זײַנען אַרױס אינעם ניו־יאָרקער „איקוף־פֿאַרלאַג‟ („איקוף‟ איז טײַטש „דער ייִדישער קולטור־פֿאַרבאַנד‟)׃ „די פֿעסטונג‟ (1945) און „לידער פֿון געטאָ‟ (1946). די דאָזיקע ביכער זײַנען געװען אַ טײל פֿון דער סעריע פּובליקאַציעס פֿון סאָװעטישע ייִדישע מחברים, װאָס איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון דער מיטאַרבעט צװישן נחמן מײַזיל, דעם ראָש פֿונעם ניו־יאָרקער „איקוף‟ , און זײַנע אַמאָליקע קאָלעגעס אין מאָסקװע. ביז 1920 איז מײַזיל געװען אַן אַקטיװער כּלל־טוער אין דער קיִעװער „קולטור־ליגע‟, שפּעטער האָט ער זיך באַזעצט אין װאַרשע, װוּ ער האָט רעדאַקטירט די צײַטשריפֿט, „ליטעראַרישע בלעטער‟, און אין 1937 איז ער אַריבער קײן ניו־יאָרק.
אַ סבֿרה, אַז מײַזיל האָט אָפּגעהיט װאַרעמע געפֿילן צו זײַנע יוגנט־פֿרײַנד בערגעלסאָן, דער נסתּר און קװיטקאָ, װאָס זײַנען דעמאָלט געװען חשובֿע טוער אינעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אין 1943 האָט מײַזיל פֿאָרגעלײגט צו דרוקן זײערע װערק אין ניו־יאָרק. סוצקעװער האָט ניט געהערט צו דער דאָזיקער גרופּע, אָבער מײַזיל האָט הױך געשאַצט זײַן פּאָעזיע און האָט געבעטן בײַ דעם אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, מען זאָל אים איבערשיקן סוצקעװערס געטאָ־לידער, כּדי זיי צו פֿאַרעפֿנטלעכן. אָבער אין זײַן הקדמה צו „דער פֿעסטונג‟ האָט מײַזיל דאָס ניט דערמאָנט — אַ סבֿרה, אַז ער האָט, צוליב פּאָליטישע סיבות, געװאָלט אױסמײַדן װאָסער ניט איז אַסאָציאַציע מיטן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.
סוצקעװערס פֿאַראַנענע מאַטעריאַלן אינעם אַרכיװ פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט זײַנען ספּעציעל אינטערעסאַנט צוליב דעם, װאָס זײ אַנטפּלעקן די רעדאַקטאָרישע גילגולים, װאָס זײַנע טעקסטן האָבן דורכגעמאַכט אױפֿן װעג צום דרוק. להיפּוך צו אַנדערע ייִדישע שרײַבער פֿון פּױלן, װאָס האָבן זיך געפֿונען אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד בעת דער מלחמה, האָט סוצקעװער ניט געשריבן קײן פּראָפּאַגאַנדיסטישע טעקסטן. ער האָט געהאַט אַן אַנדער סטאַטוס אין דער סאָװעטישער סיסטעם, װײַל ער איז ניט געװען קײן פּליט, נאָר אַ העלד פֿונעם װידערשטאַנד. די באַמערקונגען און אױסבעסערונגען אױף זײַנע כּתבֿ־ידן האָבן צו טאָן ניט מיט דער סאָװעטישער אידעאָלאָגיע, נאָר מיט זײַן געשטאַלט װי אַ דיכטער אַ פּאַרטיזאַנער. מען האָט אָפֿט מאָל באַזײַטיקט פּרטים, װאָס האָבן ניט געהאַט קײן דירעקט שײַכות צו דער דאָזיקער געשטאַלט.
אַ גוטער בײַשפּיל פֿון דעם סאָרט איז דער ערשטער קאַפּיטל פֿון זײַן בוך, „פֿון װילנער געטאָ‟. דער ערשטער קאַפּיטל אינעם אַרכיװאַלן נוסח דערצײלט װעגן דעם, װי סוצקעװער האָט פֿאַרבראַכט די נאַכט פֿאַרן דײַטשישן אָנפֿאַל אױף סאָװעטן־פֿאַרבאַנד׃ „יענע נאַכט בין איך כּמעט ניט געשלאָפֿן. פֿיר פֿאַר טאָג האָב איך זיך אומגעקערט אַהײם פֿון אַ פֿאָרשטעלונג אין ייִדישן טעאַטער. מע האָט געשטעלט ‚דאָס גרױסע געװינס‘ פֿון שלום־עליכם. שימעלע סאָראָקער האָט געשפּילט דער אַקטיאָר מאָריס ליאַמפּע, װאָס איז ניט לאַנג צוריק געקומען קײן װילנע. דעם עולם איז עס געפֿעלן געוואָרן. מען האָט אים דערלאַנגט בלומען. נאָך דער פֿאָרשטעלונג איז מען אַװעק צו װעלפֿקען אין רעסטאָראַן.‟ אינעם געדרוקטן בוך, סײַ אין דער מאָסקװער און סײַ אין דער פּאַריזער אױסגאַבע, הײבט עס זיך אָן גלײַך מיט דעם, װי סוצקעװער האָט זיך דערװוּסט װעגן דער דײַטשישער אַטאַקע פֿונעם ראַדיאָ. אַ פּנים, האָט מען די פּערזענלעכע פּרטים געהאַלטן פֿאַר איבעריק אין אַ טראַגישן חורבן־מעמואַר.
װער האָט געמאַכט די דאָזיקע רעדאַקטאָרישע באַשלוסן, סוצקעװער אַלײן אָדער זײַן סאָװעטישער רעדאַקטאָר, משה אַלטשולער? דאָס בלײַבט ניט קלאָר, אָבער אַ היפּשע צאָל פֿון די שינויים זײַנען פֿאַרבליבן אין די שפּעטערע אױסגאַבעס. אינעם באַקאַנטן ליד, „אין טאָג פֿון גאולה‟, האָט מען אױסגעמעקט אײן סטראָפֿע. דער דיכטער װענדט זיך צו די, װאָס זײַנען אומגעקומען בעתן חורבן און ניט דערלעבט ביזן טאָג פֿון נצחון איבערן נאַציסטישן דײַטשלאַנד. ער דערמאָנט זײַן מאַמע און אַן אַנאָנימען „שכן‟. אָבער אינעם כּתבֿ־יד איז פֿאַראַן נאָך אײן סטראָפֿע מיט קאָנקרעטע נעמען׃ „און ס׳װיקלט זיך אױס קלמנאָװיטש פֿון שײַטער, / זײַן בענקשאַפֿט זיך ציט איבער ימען, צום זון דאָרט; / אוּן ס׳לערנט די לערערין מירע אױך װײַטער / מיט אירע תּלמידים, װאָס האָרכן פֿאַרװוּנדערט.‟ זעליק קלמנאָװיטש און די לערערין מירע זײַנען געװען באַקאַנטע װילנער פּערזענלעכקײטן, װאָס פֿיגורירן אויך אין סוצקעװערס אַנדערע װערק. אינעם דאָזיקן ליד האָט מען באַשלאָסן זײ ניט צו דערמאָנען. גאַנץ מעגלעך, אַז סוצקעװער האָט אַלײן אױסגעמעקט די דאָזיקע שורות, װײַל זײ האָבן זיך ניט צוגעפּאַסט צום גײַסט פֿונעם ליד. די דאָזיקע סטראָפֿע פֿעלט אױך אין שפּעטערע פּובליקאַציעס פֿונעם דאָזיקן ליד.
די רעדאַקטאָרישע כּװנה איז געװען צו שאַפֿן אַן איינהייטלעך געשטאַלט פֿון סוצקעװער ווי אַ דיכטער אַ העלד. די דאָזיקע געשטאַלט איז ניט באַלאָדן מיט צו פֿיל פּערזענלעכע פּרטים, װאָס קענען אָפּװענדן דעם אויפֿמערק פֿונעם לײענער. אַזאַ געשטאַלט װאָלט גוט געפּאַסט פֿאַרן פּאָרטרעט פֿון סוצקעװער אין ערענבורגס אַרטיקל.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO