פּאָדקאַסט: מיכל יאַשינסקי רעדט אויף ייִדיש וועגן דעם ייִדישן שערלאָק האָלמסPodcast: Mikhl Yashinsky speaks in Yiddish about the Jewish Sherlock Holmes
דער אָנגעזעענער דראַמאַטורג האָט לעצטנס איבערגעזעצט יונה קרעפּלס דעטעקטיוו־דערציילונגען אויף ענגליש

Courtesy of Mikhl Yashinsky
ס׳איז לעצטנס אַרויס אַ רעקאָרדירונג פֿון אַן אינטערוויו מיטן ייִדישן דראַמאַטורג און איבערזעצער מיכל יאַשינסקי אויף דער ייִדישער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול“.
לאה שפּאָרער־לעװיט, אַ ייִדיש־לערערקע בײַם באָסטאָנער אַרבעטער־רינג, וואָס האָט געפֿירט דעם אינטערוויו, האָט בעיקר אויסגעפֿרעגט יאַשינסקין וועגן זײַן ענגלישער איבערזעצונג פֿון יונה קרעפּלס זאַמלונג דעטעקטיוו־דערציילונגען, „מאַקס שפּיצקאָפּף, דער ייִדישער שערלאָק האָלמס“, פּובליקירט הײַיאָר פֿונעם פֿאַרלאַג בײַם ייִדישן ביכער צענטער, White Goat Press. צו לייענען מער וועגן יאַשינסקיס איבערזעצונג פֿון דער זאַמלונג, גיט אַ קוועטש דאָ.
מיכל יאַשינסקי האָט שוין אָנגעשריבן אַ צאָל פּיעסעס אויף ייִדיש, וואָס זענען אינסצענטירט געוואָרן מיט גרויס דערפֿאָלג, בפֿרט „די בשׂורה לויט חיים“. דעם 22סטן דעצעמבער וועט ער, ווי אַ טייל פֿונעם „ייִדיש ניו־יאָרק“ פֿעסטיוואַל, אויפֿטרעטן מיט אַ טעאַטראַלישן קאָנצערט פֿון זײַנע אייגענע שאַפֿונגען פֿאַר דער בינע אויף ייִדיש, מיט ענגלישע אייבערקעפּלעך.
„דאָס ייִדישע קול“ איז אַ וואָכיקע ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף ייִדיש באַזירט אין באָסטאָן, און ווערט אויך טראַנסמיטירט ווי אַ פּאָדקאַסט.
כּדי צו הערן דעם אינטערוויו, גיט אַ קוועטש דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
