די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע און אָרטאָדאָקסישע „רבה‟ וואָס באַלעבט די ייִדישע קינדער־ליטעראַטורThe professor and Orthodox female rabbi who’s sharing Yiddish children’s literature with the world
ווי אַזוי מרים יודל, „אַ שפּיצקאָפּ אין היברו־סקול‟, איז געוואָרן די גרעסטע שטיצערין פֿון דערציילונגען אָנגעשריבן פֿון לינקע סעקולאַריסטן.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
אַ סך מלאָכות קען צומאָל אויך ברענגען פֿיל ברכות
אַז מע רעדט מיט ד׳׳ר מרים יודל, די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע בײַם עמאָרי־אוניווערסיטעט, באַמערקט מען אַן אינטערעסאַנטע זאַך.
יודל, וואָס לעבט ווידער אויף די ייִדישע קינדער־ליטעראַטור דורך אירע איבערזעצונגען און פֿאָרש־אַרטיקלען, באַנוצט זיך ניט נאָר מיט דער ראַפֿינירטער טערמינאָלאָגיע פֿון דער ליטעראַטור־פֿאָרשונג, נאָר זי באַפֿעפֿערט אירע רייד מיט לומדישע ווערטער פֿון דער גמרא. דאָס איז אָבער ניט קיין חידוש. ד׳׳ר יודל האָט סײַ אַ דאָקטאָראַט אין פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור פֿון האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, סײַ סמיכה פֿון אַן אָרטאָדאָקסישער ישיבֿה.
בײַ ייִדן זאָגט מען „אַ סך מלאָכות, ווייניק ברכות“, אָבער בײַ ד׳׳ר יודלען איז פּונקט פֿאַרקערט: איר מבֿינות אין דער אַקאַדעמישער אַרענע גיט אַ סך צו צו איר וויסן אין דער רבנישער וועלט, און פֿאַרקערט.
ווי אַזוי קומט, אָבער, אַז אַ פֿרומע ייִדישע טאָכטער זאָל אָננעמען די לינקע און וועלטלעכע ווערטן פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור? און ווי אַזוי קומט עס, אַז אַן אויסגעשפּראָכענע פֿעמיניסטקע דאַוונט אויסשליסלעך אין דער ווײַבערשיל, און איז איינע פֿון די ווייניקער ווי 100 פֿרויען צו ווערן אַן אָרטאָדאָקסישע רבנית?
אַ שפּיצקאָפּ אין „היברו־סקול“
יודלס מאַמע, ען ראָבינס־יודל, האָט די יונגע מרימען שטאַרק געמוטיקט צו לייענען.
„אַז ס׳איז ניט געווען קיין געלט אויף אַנדערע לוקסוסן, האָבן מײַנע עלטערן תּמיד געקענט זשאַלעווען זיך דעם ביסן כּדי מיר צו קויפֿן אַ ביכעלע“, האָט זי געזאָגט.
קיין חידוש ניט, וואָס די ביבליאָטעק האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין יודלס קינדער־יאָרן. איינע פֿון אירע ערשטע זכרונות פֿון פֿולקייט איז געווען ווען זי האָט באַקומען אַ נײַעם מין ביבליאָטעק־קאַרטל.
„צום ערשטן מאָל האָב איך געקענט אויסקלײַבן ניט בלויז צוויי אָדער דרײַ ביכער, נאָר וויפֿל איך האָב נאָר געוואָלט,“ האָט זי געזאָגט. „ס׳איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס איך האָב געפֿילט אַ מין שפֿע, וואָס די איינציקע באַגרענעצונג איז געווען מײַן אייגענע נײַגעריקייט.“
נאָך אַן אָרט וווּ יודל האָט ליב געהאַט צו לייענען איז געווען אין דער „היברו־סקול“ (תּלמוד־תּורה) פֿאַרבונדן מיט איר רעפֿאָרמער סינאַגאָגע.
„איך בין געווען אַ Hebrew school nerd (אַ שפּיצקאָפּ אין ׳היברו־סקול׳), האָט זי געזאָגט. „ס׳איז געווען אַ מחיה, ווען מע האָט אונדז אינעם זעקסטן קלאַס געלערנט ווי אַזוי צו געפֿינען די פּרקים און פּסוקים אין תּנ׳׳ך. בײַ מיר איז דאָס געווען ווי כ’וואָלט באַקומען אַ נײַעם ׳סופּער־כּוח׳ (superpower בלע׳׳ז).“
ניט געקוקט אויף איר חשק צום לערנען, האָט זיך יודל ניט תּמיד געפֿילט אין איר „היברו־סקול“ ווי אַן אייגענע. קודם איז איר משפּחה געווען אַ ביסל פֿרימער ווי די אַנדערע מיטגלידער פֿונעם טעמפּל. דערצו זענען ס׳רובֿ אַנדערע משפּחות געווען מער פֿאַרמעגלעך ווי אירע. דאָס האָט דערפֿירט צו דעם וואָס יודל באַשרײַבט ווי אַ „פּראָדוקטיווער שפּאַנונג“ צווישן איר און איר סבֿיבֿה. אינעם נײַנטן קלאַס, אום ראָש־השנה, האָט אָט די שפּאַנונג דערפֿירט צו אַ מין קריזיס.
„דער ראַבינער האָט געגעבן אַ דרשה קעגן דעם מאַטעריאַליזם, פֿאַרדאַמענדיק יענע וואָס האַלטן אַז ׳די וואָס שטאַרבן מיט די מערסטע צאַצקעס געווינען׳,“ האָט יודל געזאָגט. „און גלײַך דערנאָך, ווי אויף צו־להכעיס, האָט דער קומענדיקער רעדנער געגעבן אַ פּרעזענטאַציע וועגן די פּלענער איבערצובויען אַ צווײַג פֿונעם טעמפּל־בנין און ווי מע וועט אָפּגעבן כּבֿוד די וואָס געבן געלט דערפֿאַר. האָב איך אויפֿגעהערט גיין אין ׳היברו־סקול׳ און אין יענעם טעמפּל בכלל, ווײַל עס האָט זיך מיר געדאַכט, אַז ס׳איז אַן אָרט פֿאַר די, וואָס ווילן זיך באַרימען מיט דעם, וואָס זיי זענען רײַך.“
יודל איז געוואָרן אַלץ מער פֿאַראינטערעסירט אין ייִדישקייט. זי האָט אָנגעהויבן גיין אין אַן אָרטאָדאָקסישער שיל. אין דער זעלביקער צײַט האָט דאָס אויך דערפֿירט צו אַ קאָנפֿליקט — דאָס מאָל צווישן אירע פֿעמיניסטישע, פּראָגרעסיווע ווערטן, און די באַזונדערע ראָלעס פֿאַר פֿרויען און מענער בײַ די אָרטאָדאָקסישע מנינים.
„האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז כּדי געהעריק זיך צו ראַנגלען מיט אָט די ענינים, דאַרף איך אַליין קענען לייענען אונדזערע הייליקע ספֿרים אויף לשון־קודש,“ האָט זי געזאָגט.
„פֿאַר מרימען אַ מתּנה“
ווען יודל האָט זיך געלערנט אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, האָט זי געהאַט אַ געלעגנהייט ניט בלויז צו פֿאַרבעסערן איר קענטעניש פֿונעם לשון־קודש אינעם תּנ׳׳ך, נאָר זיך אויסצולערנען דעם אַרמיש פֿון דער גמרא, זיך פֿאַרטיפֿן אין די פּירושים און „זיך לערנען בײַ תּלמידי־חכמים אין אַן אָרט, וווּ ס׳האָט נישט אויסגעמאַכט, צי מע איז אַ מאַן צי אַ פֿרוי.“
שוין מיט אַ פֿעסטן יסוד אין די ספֿרים, האָט יודל זיך פֿאַראינטערעסירט אין דער וועלטלעכער ליטעראַטור בײַ ייִדן און די עמי העולם. זי האָט געוואָלט בעסער פֿאַרשטיין די ראָלע וואָס אָט די ווערק האָבן געשפּילט בײַם איבערגעבן מאָראַלישע ווערטן. זי האָט עס פֿאַר מיר פֿאָרמולירט אַזוי: וואָס מער די וועלט האָט זיך סעקולאַריזירט, אַלץ מער איז די ליטעראַטור געוואָרן דער לינדז, דורך וועלכן מע האָט באַטראַכט עטישע פֿראַגעס. פֿאַר וואָס, לשמל, האָט זי זיך געחידושט, רעדט מען מיט תּלמידים וועגן מאָראַלישע דילעמעס אין די ליטעראַטור־קלאַסן אַנשטאָט אין אַ קלאַס פֿון פֿילאָסאָפֿיע?
יודל האָט געוואָלט ממשיך זײַן מיט אירע שטודיעס אין אַ גראַדויִר־פּראָגראַם כּדי זיך צו פֿאַרנעמען מיט דער דאָזיקער פֿראַגע. האָט זי גערעדט מיט עטלעכע פּראָפֿעסאָרן. איינע פֿון זיי, די אָנגעזעענע פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, ד׳׳ר רות ווײַס, האָט פֿאָרגעלייגט, אַז יודל זאָל זיך לערנען ייִדיש. ד׳׳ר ווײַס האָט דערקלערט, אַז דער פּראָצעס פֿון סעקולאַריזאַציע איז פֿאָרגעקומען גיכער בײַ די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן ווי בײַ כּמעט קיין אַנדער פֿאָלק און ס׳איז דערפֿאַר כּדאַי צו פֿאַרגלײַכן די ייִדישע ליטעראַטור מיט די פֿון אַנדערע פֿעלקער. האָט ד׳׳ר ווײַס פֿאַר יודלען איבערגעלאָזט אַן עקזעמפּלאַר פֿון אוריאל ווײַנרײַכס לערנביכל, „קאַלעדזש־ייִדיש“, מיט אַ צעטל אין וועלכן זי האָט געשריבן אויף מאַמע־לשון: „פֿאַר מרימען אַ מתּנה“. האָט יודל יענעם זומער זיך פֿאַרשריבן אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם און דערנאָך שטודירט די פֿאַרגלײַכיקע ליטעראַטור מיט ד׳׳ר ווײַסן.
„ווער איז קלוג? דער וואָס לערנט זיך בײַ יעדן איינעם“
ווען מרים יודל איז אין האַרבסט 2007 געוואָרן אַ ייִדיש־דאָצענטקע אין עמאָרי־אוניווערסיטעט, האָט זי ווייניק געוווּסט וועגן דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור. אַז זי האָט אָבער געזוכט פּשוט לייענוואַרג פֿאַר אירע סטודענטן, האָט זי אַנטדעקט בײַם ייִדישן ביכער־צענטער אַ קאַטאַלאָג מיט באַשרײַבונגען פֿון 800 ביכלעך פֿאַר קינדער.
לכתּחילה האָט זי בלויז פּלאַנירט אויסצונוצן דעם מאַטעריאַל ווי אַ לערן־מיטל אָבער מיט דער צײַט איז די ייִדישע קינדער־ליטעראַטור בײַ איר געוואָרן אַ פֿאָרש־אינטערעס פֿאַר זיך. ווי אַ ליטעראַטור־פֿאָרשערין האָט זי צוגעצויגן די באַציִונגען צווישן די ייִדישע ווערק פֿאַר קינדער און דערוואַקסענע. און ווי אַ ייִדישע דערציִערין, האָט זי באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז צווישן די טויזנטער דערציילונגען און לידער פֿאַר קינדער, זענען דאָ אַ סך אוצרות, וואָס וואָלטן געקענט צונוץ קומען הײַנטיקע אַמעריקאַנער ייִדישע עלטערן.
יודל האַלט אַז מע קען ניט פֿאַרשטיין די ייִדישע מאָדערניטעט אָן צו לייענען די ייִדישע קינדער־ליטעראַטור. פֿאַר וואָס איז דאָס אָבער וויכטיק?, האָב איך זי געפֿרעגט. ציטירנדיק פּרקי־אָבֿות, האָט יודל געענטפֿערט: „ווער איז קלוג? דער וואָס לערנט זיך בײַ יעדן איינעם…“.
זי האָט צוגעגעבן, אַז די פֿראַגעס און פּראָבלעמען וואָס ווערן באַהאַנדלט אין די ייִדישע דערציילונגען פֿון 100 יאָר צוריק זענען הײַנט ווײַטער זייער אַקטועל.
„מע דאַרף ניט אָנהייבן פֿון דאָס נײַ,“ האָט זי איבערגעגעבן. „מע קען דורכבלעטערן די שמועסן וואָס די מחברים האָבן געהאַט וועגן דער אַקולטוראַציע, וועגן שאַפֿן אַ פֿעסט־געבויטע ייִדישע אידענטיטעט אין אַ סעקולערער געזעלשאַפֿט. מע מוז ניט אָננעמען אַלע סטראַטעגיעס און לייזונגען וואָס זיי האָבן אויסגעקליבן אין יענע יאָרן. ס׳וואָלט אָבער געווען אַ גרויסער טעות ניט צו קוקן אויף דעם, ווי אַזוי די דעמאָלטיקע ייִדן האָבן זיך אַן עצה געגעבן דערמיט.“
כּדי זיך צו טיילן די ייִדישע קינדער־ליטעראַטור מיט דער וועלט, האָט יודל דורכגעלייענט הונדערטער טעקסטן, אויסגעקליבן די מוסטערן וואָס זי האָט געהאַלטן פֿאַר אויסגעצייכנטע, און זיי איבערגעזעצט. נאָך זיבן יאָר האָרעוואַניע איז אין 2020 אַרויס איר אַנטאָלאָגיע, „האָניק אויף דער זײַט“, וואָס נעמט אַרײַן 47 דערציילונגען און לידער.
אַזוי ווי אַ סך אַמאָליקע אַנטאָלאָגיעס פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור, האָט יודל אָרגאַניזירט די ווערק לויט דער טעמע. די ערשטע דערציילונגען האָבן אַ ספּעציפֿיש ייִדישע טעמאַטיק ווי, למשל, די וועגן ייִדישע יום־טובֿים, געשיכטע און העלדן, אָבער וואָס ווײַטער מע בלעטערט דורכן בוך, אַלץ מער אוניווערסאַל ווערן די מעשׂיות. אין איר הקדמה גיט זי איבער, אַז יענער צוגאַנג שפּיגלט אָפּ אַ טענדענץ בײַ דער גאַנצער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור: די מחברים האָבן געוואָלט באַטאָנען ספּעציפֿיש ייִדישע שטריכטן אָבער אויך ווײַזן, אַז ייִדישע קינדער געהערן צו דער גאַנצער מענטשהייט און במילא דאַרף מען זיי אויך איבערגעבן אוניווערסאַלע ווערטן.
אַ סאָציאַליסטישער שבת און קלאַסן־קאַמף אום פּורים
יודל שרײַבט ווײַטער אין איר הקדמה, אַז די ייִדישע קינדער־ליטעראַטור איז אויפֿגעקומען אין איינקלאַנג מיטן געדאַנק, אַז די קינדהייט איז אַ באַזונדערע סטאַדיע אינעם לעבן, אַ צײַט ווען דער יחיד איז מער אָפֿן צו אינטעלעקטועלע השפּעות. קיין חידוש ניט, וואָס די ייִדישע שרײַבער פֿון פֿאַרשידענע פּאָליטישע ריכטונגען האָבן פּרובירט אײַנצופֿלאַנצן אַ נטיה צו זייערע פּאָליטישע אידעאַלן בײַ זייערע יונגע לייענער.
יודל גיט איבער, אַז די מערהייט פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור שטאַמט פֿון די לינקע קרײַזן, פֿון „גרויסע אידעאַליסטן וואָס האָבן געקעמפֿט לטובֿת אַלע מינים פּראָגרעסיווע ווערטן.“ זי וויל טאַקע אַז אָט די אידעאַלן זאָלן דורך אירע איבערזעצונגען קענען ווידער ווירקן אויף קינדער.
„איך האָב געוואָלט געבן כּוח די יונגע לייענער דורך שילדערונגען פֿון גוטהאַרציקייט“, האָט יודל געזאָגט, דערמאָנענדיק מרדכי ספּעקטאָרס מעשׂה, „קינדער“, וועגן צוויי חבֿרים וואָס גייען בעטלען אום פּורים, כּדי צו זאַמלען געלט פֿאַר אַן אָרעם מיידל וואָס דאַרף אַ נײַע פּאָר שיך. ווען די ייִנגלעך גייען אויף די פּורים־סעודות פֿון די נגידים אין שטעטל, גיט מען זיי גאָרניט, אָבער בײַ די אָרעמע, שענקט מען זיי יאָ נדבֿות.
„ס׳איז אַ משל אַז די אָרעמע און דער מיטלקלאַס וועלן אײַך ניט לאָזן אויף הפֿקר אָבער די רײַכע — צומאָל יאָ“, האָט זי געזאָגט.
יודל האָט איבערגעגעבן, אַז עס קען בכלל זײַן שווער פֿונאַנדערצוטיילן די ייִדישע טראַדיציע פֿונעם לינקיזם אין דער דאָזיקער קינדער־ליטעראַטור.
„דער ייִדישער סאָציאַליזם איז געווען זייער גײַסטיק“, האָט זי געזאָגט. „עס קומט אַרויס פֿון אַ רעליגיעזער טראַדיציע אין וועלכער אַן עיקר־פּרינציפּ איז מענטשלעכקייט און דאָס פֿאַרבעסערן די וועלט דורך תּיקון־עולם.“
ווי אַ בײַשפּיל דערפֿון האָט יודל דערמאָנט דאָס ביכעלע, „דער וווּנדערלעכער לייב“, פֿונעם בונדישן פֿירער, יעקבֿ פּאַט, וואָס „בינדט צונויף דעם פֿרומען לבֿוש פֿון שבת מיט דער טראַדיציע פֿון פּראָגרעסיווע ווערטן — דהיינו, מע מוז געבן דעם אַרבעטער אַ רוטאָג.“
אין דער דערציילונג פֿאָרט אַ רבֿ דורכן מידבר מיט אַ קאַראַוואַן, רײַטנדיק אויף אַ קעמל. נאָך דעם וואָס די אַנדערע רײַטער לאָזן אים איבער אויף הפֿקר ווײַל ער זאָגט זיך אָפּ פֿון פֿאָרן אום שבת, באַשיצט אים פֿון געפֿערלעכע חיות אַ לייב, וואָס פּראַוועט אויך זײַן רוטאָג. נאָך הבֿדלה, לאָזט דער לייב דעם רבֿ רײַטן אויף אים פֿון מידבר אַרויס.
„׳דער וווּנדערלעכער לייב׳ איז אין גאַנצן פּאַסיק צו לערנען אין אַ ׳היברו־סקול׳ אָבער פֿאָרט פֿאַרמאָגט ער אַ צווייטע, פּאָליטישע דימענסיע,“ האָט יודל באַמערקט, דערקלערנדיק אַז מע קען אָפּטײַטשן די חיה סײַ ווי אַ געטלעכער נס, סײַ ווי אַ סימבאָל פֿונעם אַרבעטער.
יודל האַלט אַז די דערציילונגען אין דער זאַמלונג קענען העלפֿן הײַנטיקע קינדער צו פֿאַרשטיין די אונטערדריקונג און רדיפֿות, פּונקט ווי די מחברים מיט דורות צוריק האָבן געוואָלט ווײַזן קינדער ווי זיך צו לערנען בײַ זייערע אָבֿות, וואָס דאָס הייסט קוראַזש. עטלעכע דערציילונגען אין דער זאַמלונג שילדערן מיט קאָנקרעטע דיבורים טראַגעדיעס אין דער ייִדישער געשיכטע.
יצחק מעצקערס „דאָן יצחק אַבראַבנאַל: 1437־1509“, למשל, דערציילט ווי דער באַרימטער ייִדישער פֿילאָסאָף און באַנקירער האָט אָן הצלחה פּרובירט אָפּצושטעלן דעם גירוש־שפּאַניע. דער ראָמאַן, וואָס איז אַרויס אין 1941, איז געווען אַן אָפּרוף אויפֿן חורבן, געשאַפֿן מיטן ציל צו דינען ווי אַ שטראַל פֿון האָפֿענונג פֿאַר די יונגע לייענער.
„ס׳איז מאָדנע, וואָס מיר לעבן איצט דורך אַ צײַט פֿון קריזיס און אַ סך פֿון די דערציילונגען קומען אויך אַרויס פֿון צײַטן פֿון קריזיס“, האָט יודל געזאָגט. „נאָכן מאַסן־שיסערײַ אין ׳סקוואָרעל־היל׳ (אין דער פּיטסבורגער סינאַגאָגע, ׳עץ־חיים׳), האָב איך געביטן דעם אַרײַנפֿיר צום בוך, און דערנאָך האָב איך אים ווידער געביטן אין דער סאַמע לעצטער מינוט אין מאַרץ 2020 ווען ס׳איז אויסגעבראָכן די פּאַנדעמיע. איך פֿיל שטאַרק דעם היסטאָרישן אָפּקלאַנג.“
וואָס אַ קאָמוניסטיש הינטל קען לערנען די הײַנטיקע קינדער
אַזעלכע היסטאָרישע עכאָס דערהערט דער אַמעריקאַנער לייענער בפֿרט אין כאַווער פּאַווערס „לאַבזיק“־דערציילונגען, וואָס שילדערן מיט הומאָר די אַוואַנטורעס פֿון אַ הינטל, וואָס ווערט אַדאָפּטירט דורך אַ ייִדישער משפּחה אין בראָנזוויל.
„לאַבזיק“, וואָס איז אַרויס אין 1935 בײַם פֿאַרלאַג פֿון די קאָמוניסטישע אָרדן־שולן, איז געווען איינס פֿון די פּאָפּולערסטע ייִדישע קינדערביכלעך אין אַמעריקע אָבער איז קיינמאָל ניט פּובליקירט געוואָרן אויף ענגליש. אַ פּאָר פֿון די מעשׂהלעך קען מען שוין לייענען אין יודלס אַנטאָלאָגיע און זי האַלט איצט בײַם איבערזעצן דאָס גאַנצע ביכל.
יודל האָט איבערגעגעבן, אַז נאָכן מאָרד פֿונעם אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער, דזשאָרדזש פֿלויד, דורך אַ פּאָליציאַנט, אין 2020, האָט זי דערפֿילט אַ דראַנג צו פֿאַרשפּרייטן די לאַבזיק־מעשׂיות.
„זיי זענען דערציילונגען פֿאַר קינדער וואָס ווײַזן דאָס פּראָטעסטירן ווי אַ פּאָזיטיווער ווערט, פֿאַרדאַמען דעם גוואַלד מצד דער פּאָליציי און גיבן אַ בײַשפּיל פֿון דעם, וואָס קינדער, און אַפֿילו הינט, קענען אויפֿטאָן כּדי צו פֿאַרבעסערן די וועלט“, האָט זי דערקלערט.
זי האָט באַמערקט אַז אַ סך פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען וואָס ווערן אָפּגעשפּיגלט אין „לאַבזיק“ זענען עד־היום אַקטועל: די גרויסע אונטערשיידן צווישן אָרעם און רײַך, די זאָרג וועגן דער זיכערהייט פֿון ייִדן אין אַמעריקע, די ראַסע־קאָנפֿליקטן און די וויכטיקייט פֿון דעם, אַז ייִדן זאָלן אויסדריקן סאָלידאַריטעט און שטיצן די אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער.
בײַם צוזאַמענשטעלן איר אַנטאָלאָגיע האָט יודל מורא געהאַט, אַז דער פּאָליטישער אינהאַלט פֿון די דערציילונגען וועט אָפּפֿרעמדן געוויסע לייענער. ביז אַהער האָט זי אָבער געהערט זייער ווייניק טענות. פֿאַרקערט, אַ סך לייענער געפֿעלן דווקא די מער פּאָליטישע מעשׂיות. יודל האַלט אַז איין מעלה פֿון דער זאַמלונג איז דאָס וואָס זי האָט אָנגענומען שרײַבער פֿון פֿאַרשידענע פּאָליטישע ריכטונגען.
„געוויסע דערציילונגען זענען ציוניסטיש־געשטימט, אַנדערע לאוו־דווקא“, האָט זי געזאָגט. „געוויסע וועלן געפֿעלן טייל משפּחות און ניט געפֿעלן אַנדערע. די וויכטיקע זאַך איז אַז עס ווײַזט ווי אַזוי מע קען האָבן אַן אַנטאָלאָגיע פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע געדאַנקען. דאָס איז אויך גוט פֿאַר קינדער.“
בראשית פֿון אַ דרשנית
אַזאַ נטיה צו פֿאַרשידנאַרטיקייט שפּיגלט זיך אָפּ אין אַנדערע טיילן פֿון יודלס לעבן. ניט געקוקט אויף איר אַקאַדעמישער קאַריערע ווי אַ ספּעציאַליסטקע אין דער מאָדערניטעט, האָט יודל קיינמאָל ניט אויפֿגעהערט זיך צו לערנען אין בית־מדרש. בעת זי איז געווען אַ ביז־גראַדויִר־סטודענטקע אין האַרוואַרד האָט זי געהאָלפֿן קאָאָרדינירן אַ תּפֿילה־גרופּע פֿאַר פֿרויען וואָס איז געווען פֿאַרבונדן מיטן אָרטאָדאָקסישן מנין בײַם אָרטיקן „הלל“. איידער זי האָט אָנגעהויבן אירע גראַדויִר־שטודיעס האָט זי צוויי יאָר לאַנג זיך געלערנט אין ירושלים אין „מדרשות‟ (ישיבֿות פֿאַר אָרטאָדאָקסישע פֿרויען).
בײַ ס׳רובֿ מענטשן וואָלט דאָס אַרבעטן פֿולצײַטיק ווי אַ פּראָפֿעסאָרשע בשעתן אויסהאָדעווען דרײַ קינדער און אָנשרײַבן אַ מאָנאָגראַפֿיע, איבערזעצן צענדליקער דערציילונגען און זיי צונויפֿשטעלן אין אַ ריזיקער אַנטאָלאָגיע, שוין געווען מער ווי גענוג. יודל האָט אָבער געוואָלט זיך ווײַטער לערנען גמרא און הלכה. אין 2016 האָט „ישיבֿת־מהר״ת‟, די ערשטע אָרטאָדאָקסישע ישיבֿה צו געבן פֿרויען סמיכה, זי אָנגענומען אין אַ כּולל־פּראָגראַם פֿאַר די, וואָס זענען שוין אין מיטן פֿון זייער קאַריערע. ווען זי איז געוואָרן אַ סמיכה־תּלמידה, איז איר ייִנגסטער זון, עמנואל, געווען בלויז 8 חדשים אַלט.
„פֿאַרשטייט זיך, וואָלט איך עס ניט געקענט אויספֿירן אָן דער שטיצע פֿון מײַן מאַן,“ האָט זי געזאָגט. יודלס מאַן, אָדם זכריה־ניוטאָן, איז אַליין אַ ליטעראַטור־פּראָפֿעסאָר וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן ענגליש־פֿאַלקוטעט בײַם ישיבֿה־אוניווערסיטעט.
בײַם פֿאַרענדיקן די פּראָגראַם אין 2019 האָט יודל אויסגעקליבן פֿאַר איר טיטל ניט מהר׳׳ת (די ראָשי־תּיבֿות פֿון „מנהיגה הלכתית רוחנית תּורנית“ — „אַ ייִדישע פֿירערין פֿון הלכה, גײַסטיקע ענינים און תּורה“) אָדער אַנדערע טיטלען וואָס מע ניצט הײַנט ווי „רבה‟ אָדער „רבנית‟, נאָר „דרשנית“, ווי אַן אופֿן אָפּצוגעבן כּבֿוד רבֿקה בת מאיר טיקטינער, די ערשטע ייִדישע פֿרוי וואָס האָט מחבר געווען אַ ייִדיש בוך — „מינקת רבֿקה“, וואָס איז אַרויס אין 1609. אין דער הקדמה צום דאָזיקן הלכה־וועגווײַזער פֿאַר פֿרויען, באַשרײַבט מען טיקטינערן ווי אַ „דרשנית ורבנית“.
דער טיטל, „דרשנית“, האָט אויך אַפּעלירט צו יודלען, ווײַל זי וויל אַז איר ראָלע ווי אַ פֿרוי אינעם רבנות זאָל זײַן ניט בלויז „צו שטרעבן צו טאָן פּונקט דאָס וואָס די מענער טוען און וואָס זיי האָבן תּמיד געטאָן“, נאָר „ווידער צו שאַפֿן אונדזערע אַספּיראַציעס צוזאַמען“, ווי זי האָט געשריבן אויף איר פֿייסבוק־זײַט. דערבײַ וויל זי אַרײַננעמען די שטרעבונגען פֿון די, וועמען מע האָט ביז אַהער געהאַט אויסגעשלאָסן פֿון דער מאַכט, אַרײַנגערעכנט פֿרויען, די ניט־ווײַסע און די קווירע לײַט.
„כּדי דאָס צו פֿאַרוויקלעכן, דאַרפֿן מיר נײַע ווערטער, אָבער כּדי די דאָזיקע ווערטער זאָלן זײַן אײַנגעוואָרצלט אין אונדזער טראַדיציע, דאַרפֿן זיי אויך זײַן אַלטע. דער טערמין ׳דרשנית׳ פֿילט אויס ביידע באַדערפֿענישן,“ האָט יודל געשריבן.
די קדושה פֿון דער וועלטלעכער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור
ווי אַ דרשנית איז יודלס מבֿינות אין אויסטײַטשן מדרש. קיין חידוש ניט, וואָס געוויסע דערציילונגען אין איר אַנטאָלאָגיע פֿאַררופֿן זיך טאַקע אויף די אגדות פֿון דער גמרא און אַנדערע ייִדישע לעגענדעס. לעווין קיפּניסעס מעשׂה, „פֿעלד־קינדער“, למשל, איז אַ פֿאַרברייטערונג פֿון אַן אַגדה פֿון דער גמרא (מסכת סוטה 11ב) וואָס באַשרײַבט ווי ייִדן פֿלעגן באַהאַלטן זייערע עופֿעלעך פֿון די מיצרים אין „וויגעלע גריבעלעס“ און ווי זיי זענען אַרויסגעוואַקסן פֿון דער ערד ווי גראָז. כאָטש קיפּניסעס דערציילונג איז מרמז אויפֿן יציאת־מצרים, דינט עס אויך ווי אַ מעטאַפֿאָר פֿאַרן שאַפֿן און דערציִען נײַע דורות ייִדן נאָך דער השׂכּלה.
יודל זעט אין אָט דער מעשׂה אַ בײַשפּיל פֿון דעם, ווי די אַזוי־גערופֿענע „וועלטלעכע“ ייִדישע קינדער־ליטעראַטור דינט ווי אַ טייל פֿון דער גאָלדענער קייט פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, בינדנדיק צונויף די ייִדישע ספֿרים מיט דער מאָדערניטעט. אַזוי ווי די קינדער אין דער דערציילונג וואָס בלײַבן לאַנג באַהאַלטן ביז זיי אַנטפּלעקן זיך און העלפֿן אויפֿצושטעלן נײַע דורות, האָפֿט יודל אַז די דאָזיקע דערציילונגען, לאַנג ניט צוטריטלעך פֿאַר ס׳רובֿ ייִדישע משפּחות, וועלן בײַטראָגן צום ייִדישן קיום.
„בכלל וויל איך זיך אַנטקעגנשטעלן דעם הויכן מויער צווישן די וועלטלעכע און רעליגיעזע וועלטן,“ האָט יודל געזאָגט. „איך דאַוון יאָ מיט אַ מחיצה אָבער איך וויל ניט לייענען מיט קיין מחיצה.“
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO