ווידעאָ: היסטאָריקערין וויווי לאַקס באַשרײַבט געשיכטע פֿון לאָנדאָנער ייִדישער פּרעסעVIDEO: Historian Vivi Laks tells history of the London Yiddish Press
שבֿע צוקער פֿירט דעם שמועס מיט וויווי לאַקס און ביידע לייענען פֿאָר עטלעכע פֿעליעטאָנען פֿון יענע צײַטן.

וויווי לאַקס (לינקס) רעדט מיט שבֿע צוקער וועגן דער אַמאָליקער ייִדישער פּרעסע אין לאָנדאָן Courtesy of the League for Yiddish
די ייִדיש־ליגע האָט לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט אַ ווידעאָ, וווּ די היסטאָריקערין וויווי לאַקס דערציילט וועגן דער אַמאָליקער ייִדישער פּרעסע אין לאָנדאָן.
צווישן 1884 און 1954 האָט די לאָנדאָנער פּרעסע אַרויסגעגעבן הונדערטער פֿעליעטאָנען פֿון אָרטיקע שרײַבערס וועגן אָרטיקן ייִדישן לעבן.
די קורצע דערציילונגען זענען סאַטיריש, קאָמיש און רירנדיק, אויף טשיקאַווע טעמעס ווי למשל קאַמפֿן אין דער היים צווישן די מינים; פּאָליטיק אין די קאַפֿעען, און ספֿרי־תּורה אויף די גאַסן. די דערציילונגען האָבן געשריבן סײַ גוט באַקאַנטע שרײַבער (למשל, מאָריס ווינטשעווסקי, יוסף־חיים ברענער און אסתּר קרייטמאַן), סײַ היפּש ווייניקער באַקאַנטע.
שבֿע צוקער, די ייִדיש־לערערין און מחבר פֿון אַ ייִדישן לערנבוך, פֿירט דעם שמועס מיט וויווי לאַקס. זיי וועלן פֿאָרלייענען אַ טייל פֿון די פֿעליעטאָנען אויף ענגליש און ייִדיש, און אַרומרעדן די טעמעס וואָס די פּרעסע האָט אַרויסגעהויבן.
וויווי לאַקס איז אַ היסטאָריקערין פֿון לאָנדאָנס ייִדישן „איסט־ענד“, ווי אויך אַן איבערזעצער און זינגערין. זי איז די מחברטע פֿון Whitechapel Noise און London Yiddishtown, ווי אויך אַקאַדעמישע און פּאָפּולערע אַרטיקלען. זי איז אַ קולטור־טוערין אין לאָנדאָן און האָט מיטאָרגאַניזירט סײַ דעם גרויסן ייִדישן פּאַראַד, סײַ דעם Yiddish Café Trust. זי זינגט פּאָפּולערע לידער אויפֿן „קאָקני־ייִדיש“ מיט די גרופּעס קלעזמער־קלאָב און קאַטשאַנעס, און פֿירט שפּאַצירטורן איבער דעם „איסט־ענד“.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
