אַן אינצידענט מיטן קאָנטראָווערסאַלן רעדאַקטאָר פֿון „סאָוועטיש־היימלאַנד‟ (מיט אוידיאָ)An incident with the controversial editor of “Sovetish Heymland” (includes audio)
וואָס ס׳האָט פּאַסירט ווען אַהרן ווערגעליס איז געקומען אויף אַ טרעפֿונג פֿונעם ייִדישן „פּען‟־קלוב אין ניו־יאָרק

Graphic by Angelie Zaslavsky
מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.
אין די 1970ער, ווען איך בין נאָך געווען אַ בחור, בין איך איין מאָל געפֿאָרן מיט דער מאַמען אויף אַ טרעפֿונג פֿונעם ייִדישן „פּען‟־קלוב אין מאַנהעטן.
פּלוצלינג האָט זיך בײַם אַרײַנגאַנג באַוויזן אַן אומגעריכטער גאַסט: דער קאָנטראָווערסאַלער רעדאַקטאָר פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟, אַהרן ווערגעליס, איז געהאַט געקומען פֿון מאָסקווע אויף אַ באַזוך אין ניו־יאָרק און געוואָלט בײַזײַן אויף אַ ליטעראַרישער ייִדישער אונטערנעמונג.
שפּרינגט אויף דער שרײַבער, חיים פּלאָטקין (דווקא באַקאַנט ווי אַ לינק־געשטימטער) — אַ געזונטער ייִד, וועלכער האָט געהאַט געדינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, לויפֿט צו צום אַרײַנגאַנג און בלאָקירט ווערגעליסן דעם וועג.
„איר וועט נישט אַרײַן!‟ האָט ער אויסגעשריגן.
די אַנדערע ייִדישע שרײַבער אין זאַל, שוין עלטער און שוואַכער, האָבן זיך נישט געקענט אַנטקעגנשטעלן פּלאָטקינען, האָבן זיי זיך אָבער געבעטן בײַ אים: „לאָזט אים אַרײַן!‟
פּלאָטקין האָט זיך אָבער נישט גערירט פֿון אָרט און דער גאַסט האָט פֿאַרלאָזט דעם זאַל.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
