Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אויסשטעלונג אין פּאַריז וועגן אומגעבראַכטע פֿראַנצייזישע ייִדישע קינסטלערExhibit in Paris on murdered French Jewish artists

דער „מוזיי פֿון ייִדישער קונסט און געשיכטע“ שטעלט פֿאָר חפֿצים און קונסטווערק פֿאַרבונדן מיטן יזכּור־בוך, „אונדזערע פֿאַרפּײַניקטע קינסטלער“.

אַן אויסשטעלונג בײַם „מוזיי פֿון ייִדישער קונסט און געשיכטע“ אין פּאַריז אַנטפּלעקט די וועלט פֿון די פֿראַנצייזישע ייִדישע קינסטלער וואָס זענען אומגעבראַכט געוואָרן אינעם חורבן, אויפֿן סמך פֿון אַן אוניקאַלן יזכּור־בוך.

צווישן ביידע וועלט־מלחמות איז פּאַריז געווען אַ וועלטצענטער פֿון ייִדישער קונסט, ניט בלויז פֿאַר די וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין פֿראַנקרײַך, נאָר אויך פֿאַר אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע.

ס׳רובֿ פֿון יענע קינסטלער זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינעם חורבן און זענען הײַנט ווייניק באַקאַנט. דאָס וואָס מיר ווייסן בכלל זייערע נעמען, געוויסע ביאָגראַפֿישע פּרטים און וועגן די קונסטווערק וואָס זיי האָבן געשאַפֿן קען מען באַדאַנקען דעם ייִדישן זשורנאַליסט, הערש פֿענסטער, וואָס האָט במשך פֿון פֿינף יאָר אויסגעפֿאָרשט זייער גורל און פּרובירט צו ראַטעווען זייערע קונסטווערק.

אין 1951 איז אַרויס אויף ייִדיש אין פּאַריז פֿענסטערס אוניקאַל יזכּור־בוך, „אונדזערע פֿאַרפּײַניקטע קינסטלער“, אין וועלכן ער באַשרײַבט דאָס לעבן און ווערק פֿון 84 ייִדישע קינסטלער וואָס האָבן געוווינט אין פֿראַנקרײַך און זענען אומגעקומען אינעם חורבן. דאָס בוך נעמט אַרײַן ביאָגראַפֿישע פּרטים, בילדער פֿון זייערע מאָלערײַען און סקולפּטורן און עסייען וועגן זייערע ווערק. די הקדמה צום באַנד האָט געשריבן מאַרק שאַגאַל.

כּדי צו לאָזן וויסן דער וועלט וועגן פֿענסטערס בוך און די קינסטלער וועמען ער האָט אין אים פֿאַראייביקט, אָרגאַניזירט דער „מוזיי פֿון ייִדישער קונסט און געשיכטע“ אין פּאַריז אַן אויסשטעלונג מיט חפֿצים פֿאַרבונדן מיט אים און די „פֿאַרפּײַניקטע קינסטלער“. די אויסשטעלונג, וואָס מע קען זען ביזן 10טן אָקטאָבער, נעמט אַרײַן זעלטענע בילדער, דאָקומענטן פֿון פֿענסטערס אַרכיוו און קונסטווערק. כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט, גיט אַ קוועטש דאָ. די אויסשטעלונג קען מען ניט זען אָנלײַן.

אין צוזאַמענהאַנג מיט דער אויסטשטעלונג האָט דער „מוזיי פֿון ייִדישער קונסט און געשיכטע“, בשותּפֿות מיטן „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק“ לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ פֿראַנצייזישע אויפֿלאַגע פֿונעם יזכּור־בוך מיטן טיטל Nos artistes] martyrs](https://www.editions-hazan.fr/livre/nos-artistes-martyrs-(par-hersh-fenster-9782754111935. אַן עפֿנטלעכע פּראָגראַם אויף פֿראַנצייזיש וועגן דעם בוך און דער אויסשטעלונג, וואָס מע האָט געהאַלטן בײַם „מוזיי פֿון ייִדישער קונסט און געשיכטע“, קען מען זען דאָ אונטן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.