פּאַריזער זומער־פּראָגראַם נעמט אַרײַן ווירטועלן טור פֿון דער שטאָט אויף ייִדישParis Yiddish summer program includes a virtual tour of the city in Yiddish
צווישן די לעקציעס אָנלײַן: די ייִדישע שרײַבערס, וואָס האָבן געוווינט אין פּאַריז און די ווערק פֿון דער שרײַבערין דבֿורה פֿאָגעל.
אַחוץ די געוויינטלעכע קלאַסן פֿאַר סטודענטן, וועט די פּאַריזער ייִדיש־זומער־פּראָגראַם הײַיאָר אָנבאָטן אַ סך לעקציעס, וואַרשטאַטן און אַנדערע אונטערנעמונגען, וואָס וועלן זײַן אָפֿן פֿאַרן ברייטן עולם.
די דאָזיקע עפֿנטלעכע אונטערנעמונגען וועלן פֿאָרקומען צווישן דעם 9טן און 27סטן אויגוסט און יעדער איינער קען זיך באַטייליקן, אַבי מע רעגיסטרירט זיך און צאָלט אין פֿאָרויס. אַ טייל פֿון דער זומער־פּראָגראַם קומט פֿאָר טאַקע אין פּאַריז גופֿא, אָבער ס’רובֿ לעקציעס און וואַרשטאַטן וועלן זײַן אָנלײַן און זײַן צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען.
אַזוי ווי די פּראָגראַם קומט פֿאָר אין פּאַריז, וועלן עטלעכע לעקציעס זײַן אויף פֿראַנצייזיש: ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי וועט רעדן וועגן דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעאַטור ביז דער ערשטער וועלט־מלחמה (דינסטיק דעם 10טן). ד׳׳ר אַרנאָ ביקאַר וועט רעדן וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך (מיטוואָך דעם 11טן). און זשיל ראָזיע וועט רעדן וועגן די ליטעראַרישע גרופּעס „יונג־ייִדיש“ און „כאַליאַסטרע“ (מאָנטיק דעם 16טן).
עס וועלן אויך זײַן צוויי לעקציעס אויף ענגליש פֿון ד׳׳ר קאַראָלינע שימאַניאַק. זי וועט רעדן איין מאָל וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור נאָך 1914 (דינסטיק דעם 10טן), און אַ צווייט מאָל וועגן די ווערק פֿון דער שרײַבערין דבֿורה פֿאָגעל (דינסטיק דעם 17טן).
ס’רובֿ לעקציעס וועלן אָבער זײַן אויף ייִדיש: ניבאָרסקי וועט רעדן וועגן די ייִדישע שרײַבערס, וואָס האָבן געוווינט אין פּאַריז (שבת־צו־נאַכטס דעם 14טן). טל חבֿר־כיבאָווסקי וועט האַלטן איין לעצקציע וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער טיפּאָגראַפֿיע (מיטוואָך דעם 18טן) און אַ צווייטע וועגן די אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, וווּ מע קען הערן אַ ייִדיש וואָרט (שבת־צו־נאַכסטן דעם 21סטן).
רייזע טורנער וועט אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט וועגן פֿאָרשונג־רעסורסטן אויף ייִדיש (דעם 14טן, 21סטן און 23סטן). ד׳׳ר אַרנאָ ביקאַר וועט לערנען אַ וואַרשטאַט וועגן אַלטייִדיש (דאָנערשטיק דעם 12טן). און ד׳׳ר נאַטאַליאַ קריניצקאַ וועט געבן אַ ווירטועלן טור פֿון פּאַריז.
עס וועלן זײַן אַ צאָל מוזיקאַלישע וואַרשטאַטן: וועגן קלעזמער־מוזיק מיט מאַרט דעראָזיער (מיטוואָך דעם 11טן אויגוסט); אַ זינגערײַ מיט שורה ליפּאָווסקי (מיטוואָך דעם 18טן); און אַ ניגונים־וואַרשטאַט מיט אַלאַן בערן (מיטוואָך דעם 25סטן).
דערצו וועלן אויך זײַן פֿאַרשיידענע אָוונט־אַקטיוויטעטן, וואָס וועלן זײַן אָפֿן פֿאַר דרויסנדיקע, למשל: אַן אָוונט פֿון שפּילערײַען (פֿרײַטיק־צו־נאַכטס דעם 13טן); אַן אָוונט פֿון זייער גיכע שמועסן (ד׳׳ה speed-shmuesing — פֿרײַטיק־צו־נאַכטס דעם 20סטן); און אַ פּאָעזיע־אָוונט אָנגעפֿירט פֿון ד׳׳ר שרון בר־כּוכבֿא (פֿרײַטיק־צו־נאַכטס דעם 27סטן).
מע קען זיך רעגיסטרירן און געפֿינען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דער פּראָגראַם דאָ.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor