וואָס איך האָב געפֿונען אין אַ ביכערקראָם אין מאַסאַטשוסעטסWhat I found in a bookstore in Massachusetts
דער מחבר איז אַהיימגעפֿאָרן פֿון דער אייגנאַרטיקער קראָם מיט אַ גאָר אומגעריכטן אוצר.
בעת מײַן פֿרוי, שיינדל מלמד, און איך זענען לעצטנס געפֿאָרן אויף אַ באַזוך אין מאַסאַטשוסעטס, האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט אין אַ וווּנדערלעכער ביכערקראָם, Schoen Books אינעם שטעטל דירפֿילד, ווײַל איך האָב זיך דערוווּסט אַז ס׳געפֿינט זיך דאָרט אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם יזכּור־בוך „ספֿר כזשאַנאָװ‟ (אויף ייִדיש — קשאַנעוו). דאָס בוך וועגן אָט דעם שטעטל אין דרום־פּוילן האָט מיך פֿאַראינטערעסירט ווײַל איך פֿאָרש די טעג דעם פּראָמינענטן מאַרקסיסט יצחק דויטשער, וואָס איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן בײַ אַ חסידישער משפּחה אין קשאַנעוו.
דער אייגנטימער פֿון געשעפֿט, קען יקותיאל שאָן — אַ לאַנגיאָריקער חבֿר אונדזערער — איז אַן אויסערגעוויינטלעכער זאַמלער און טאַקע דערפֿאַר זענען די פּאָליצעס און ווענט אָנגעפּיקעוועט מיט זעלטענע און געניצטע ביכער און חפֿצים אין אַ צאָל שפּראַכן. ווי נאָר מיר זענען אָנגעקומען האָט ער אונדז פֿאַרבעטן צו זיך אַהיים (ער וווינט אויפֿן צווייטן שטאָק, איבער דער קראָם) וווּ ער האָט דערלאַנגט צום טיש אַ געשמאַקן מיטאָג פֿון הערינג און געקאָכטע בוריקעס.
נאָך מיטאָג זענען מיר אַראָפּגעגאַנגען די טרעפּ אין דער קראָם אַרײַן. כ׳בין צוגעגאַנגען צו דער פּאָליצע וווּ עס ליגט דער עקזעמפּלאַר פֿונעם בוך אָבער, ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז דאָס נישט געווען דער אָריגינעלער יזכּור־בוך אויף ייִדיש, נאָר אַ העברעיִשע איבערזעצונג פֿון בלויז אַ טייל פֿונעם בוך. געזוכט האָב איך דאָס גאַנצע יזכּור־בוך אויף ייִדיש, האָב איך דאָס בוך נישט געקויפֿט.
כ׳בין אָבער נישט אָהיימגעפֿאָרן מיט ליידיקע הענט.
פֿאַרבײַגייענדיק די כּלערליי ביכער און אַנדערע יקר־המציאותן, האָב איך פּלוצלינג דערזען אַן אַלטן ליטאָגראַף פֿונעם סאָוועטיש־ייִדישן מאָלער אַנאַטאָלי קאַפּלאַן (1902־1980). כ׳האָב גלײַך דערקענט אַז דאָס איז נישט קיין קאָפּיע, נאָר טאַקע דער אָריגינאַל, אין איינעם מיט קאַפּלאַנס אונטערשריפֿט.
דער ליטאָגראַף, וואָס ער האָט גערופֿן „די גאָלדענע חתונה‟, שילדערט אַ סצענע פֿון מאַרק וואַרשאַווסקיס באַקאַנט ליד, „די באָבע און דער זיידע‟, באַגלייט מיט די ערשטע ווערטער פֿונעם ליד אויף ייִדיש און רוסיש.
ווײַזנדיק מײַן חבֿר, קען, מײַן געפֿינס, האָב איך אָנגעהויבן זינגען דאָס ליד, וואָס איך קען נאָך פֿון די קינדעריאָרן, אָבער וואָס קען האָט נאָך קיין מאָל נישט געהערט:
„ס׳איז הײַנט אַקוראַט געוואָרן פֿופֿציק יאָר.
ווי זיי לעבן זיך אין איינעם דאָס אַלטע פּאָר;
זיי האָבן זיך געעלטערט, קוק זיך צי —
אַכציק ער און זיבעציק זי!‟
קען האָט תּיכּף אַראָפּגענומען דעם ליטאָגראַף פֿון דער וואַנט, דערקלערט אַז אַזאַ זאַך דאַרף באַשײַנען אונדזער היים און מיך נישט געלאָזט באַצאָלן דערפֿאַר.
דערנאָך האָב איך געפֿונען נאָך אַן אוצר: אַן עקזעמפּלאַר פֿון פֿײַוול שרעגערס ביכל, „ייִדן אין פֿראַנקרײַך פֿון חורבן צו אויפֿבוי‟ — אַ בוך וואָס וועט מיר אויך שטאַרק צו נוץ קומען. בין איך שוין אַהיימגעפֿאָרן אַ גאָר צופֿרידענער.
אַ דאַנק, קען!
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor