ייִדיש־רעדנדיקע אַקטריסע מים ביאַליק וועט פֿירן 15 עפּיזאָדן פֿון „דזשעפּאַרדי!‟Yiddish־speaking actress Mayim Bialik to host 15 episodes of “Jeopardy!”
די אַקטריסע איז דערצויגן געוואָרן אויף ייִדיש און איז אויך אַ געניטע ייִדישע קאָמיקערין.
די טעלעוויזיע־אַקטריסע און נעווראָ־וויסנשאַפֿטלערין מים ביאַליק וועט אָנפֿירן 15 עפּיזאָדן פֿונעם טעלעוויזיע־שפּיל „דזשעפּאַרדי‟, האָט מאָנטיק געמאָלדן דער פּראָדוצענט פֿון פּראָגראַם, „סאָני פּיקטשערס טעלעוויזשאָן”.
ביאַליק, וואָס שפּילט אין דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־קאָמעדיע, The Big Bang Theory, איז אַ ייִדישע טאָכטער, וואָס היט שבת און כּשרות און רעדט ייִדיש פֿון דער היים. „מע האָט מיך דערצויגן אויף ייִדיש און איך האָב דערצויגן מײַנע אייגענע קינדער אויף ייִדיש, און כ’האָב אויך שטודירט ייִדיש אין קאָלעדזש,‟ האָט ביאַליק די וואָך געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיט דער „קאַנאַדער ייִדישע נײַעס‟. „מע האָט מיך אפֿשר נישט דערצויגן מיט דער ריכטיקער גראַמאַטיק אָבער מיר האָבן יאָ געהאַט אַ גרויסן ייִדישן וואָקאַבולאַר.‟
ביאַליק האָט עטלעכע מאָל אויפֿגעטראָטן אין דער ייִדיש־שפּראַכיקער קאָמעדיע, “ייִד־לײַף־קרײַסיס”, און איז ספּעציעל געלויבט געוואָרן פֿאַר איר ראָלע אינעם עפּיזאָד וועגן אַן איבערקלײַבעריש ייִדיש מיידל וועלכע אינטערוויויִרט צוויי בחורים כּדי צו באַשליסן מיט וועמען זי זאָל אַרויסגיין:
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO