„נוסח ווילנע‟ הזכּרה: די כּמעט־פֿאַרגעסענע געטאָ־קעמפֿערינסNusakh Vilna Memorial: The nearly forgotten women resistance fighters
זונטיק, דעם 19טן סעפּטעמבער, פֿון 1:00 ביז 2:30 נאָך מיטאָג, וועט אָנלײַן פֿאָרקומען די יערלעכע הזכּרה־פֿאַרזאַמלונג פֿון „נוסח ווילנע‟, אַן אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדן געבוירענע און אָפּשטאַמיקע פֿון דער שטאָט ווילנע — דער אַמאָליקער צענטער פֿון ייִדישער קולטור, און דאָס אָרט וווּ מע האָט פֿאַרלייגט דער ייִוואָ.
אין דער יערלעכער אונטערנעמונג מערקט מען אָפּ דעם אָנדענק פֿון דער שטאָט דורך פּאָעזיע און מוזיק. יאָרן לאַנג, ווען ס׳רובֿ פֿונעם עולם איז באַשטאַנען פֿון ווילנע־געבוירענע האָט מען געפֿירט די געטאָ־אַקאַדעמיע אויף ייִדיש אָבער במשך פֿון די לעצטע יאָרן קומט עס פֿאָר מערסטנס אויף ענגליש, כּדי יענע קינדער און אייניקלעך פֿון ווילנער ייִדן, וועלכע קענען נישט קיין ייִדיש, זאָלן אויך קענען געניסן פֿון דער פּראָגראַם.
הײַיאָר וועט מען אָפּמערקן דעם אָנדענק פֿון דער פּאַרטיזאַנערקע און ייִדישער קולטור־טוערין חיהלע פּאַלעווסקי, וואָס איז אַוועק פֿון דער וועלט דעם 20סטן סעפּטעמבער 2020. מע וועט אויך דערציילן וועגן די ווייניק באַקאַנטע געטאָ־קעמפֿערינס אין אַלגעמיין, און אויך וועגן אַנדערע פּרטים אין שײַכות מיט ווילנעס ייִדישער און פּאָליטישער קולטור.
חיהלעס זון, עליע פּאַלעווסקי, וועט פֿירן דעם פֿאָרזיץ פֿון דער דיסקוסיע, אין וועלכער ס׳וועט זיך באַטייליקן דער אַקאַדעמישער עצה־געבער פֿון ייִוואָ, עדי פּאָרטנוי; דזשודי באַטאַליאָן, די מחברטע פֿונעם בוך, „די ליכט פֿון די טעג: די נישט־דערציילטע מעשׂה פֿון קעמפֿערינס אין היטלערס געטאָס‟, און די ייִדישע קולטור־טוערין אין מאָנטרעאָל, רבֿקה אויגנפֿעלד.
די פּראָגראַם איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אָבער מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער, דורכן געבן אַ קוועטש דאָ.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO