איבערבליק פֿון די היסטאָרישע דאָקומענטן פֿון די בלוט־בילבוליםA look at the historic documents of Christian blood libels
ביזן 15טן י״ה האָבן די פּױפּסטן מבֿטל געװען די בלוט–בילבולים, אָבער שפּעטער האָבן זיי זיך מער ניט אַרײַנגעמישט אין די ענינים.
אײנער פֿון די סאַמע פֿאַרשפּרײטע און אײַנגעװאָרצלטע אַנטיסעמיטישע פֿאָראורטלען אין אײראָפּע איז דאָס גלױבעניש, אַז ייִדן באַניצן דאָס בלוט פֿון קריסטלעכע קינדער צו באַקן מצות. די סאַמע ערשטע פֿאַלן פֿון אַזאַ מין געפֿינט מען אין ענגלאַנד אינעם צװעלפֿטן יאָרהונדערט, אָבער צװישן געװיסע קריסטלעכע אָדער עקסטרעם–נאַציאָנאַליסטישע סבֿיבֿות בלײַבן די דאָזיקע זאַבאָבאָנעס קוראַנט עד–היום. אָפֿט מאָל האָבן די דאָזיקע רכילות גורם געװען פּאָגראָמען און גירושים פֿון ייִדן. הײַנט װערן זײ פֿאַרשפּרײט לרובֿ דורך דער אינטערנעץ.
דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר מאַגדאַ טעטער, „דער בלוט–ביבלול: אױף די שפּורן פֿון אַן אַנטיסעמיטישן מיטאָס‟, אַנאַליזירט אַ היפּשע צאָל היסטאָרישע דאָקומענטן פֿון קריסטלעכע און ייִדישע מקורים, װאָס אַנטפּלעקן די יורידישע, סאָציאַלע און רעליגיעזע אַספּעקטן פֿון לעגאַלע פּראָצעסן וואָס מע האָט געפֿירט וועגן בלוט–בילבול–ענינים אין פֿאַרשײדענע תּקופֿות און לענדער, פֿון ענגלאַנד אינעם צװעלפֿטן יאָרהונדערט ביזן משפּט איבער מענדל בײליס אין קיִעװ אין 1911 – 1913.
טעטער דערװײַזט, אַז יעדער קאָנקרעטער פֿאַל איז געװען אַ פּועל–יוצא פֿון געװיסע אָרטיקע אומשטאַנדן, אָבער גענומען אין אײנעם געהערן זײ צו דער זעלביקער אַנטיסעמיטישער טראַדיציע. טעטערס פֿאָרשערישער ציל איז צו אַנטבלױזן די יסודות פֿון דער דאָזיקער טראַדיציע אין דער קריסטלעכער געזעלשאַפֿט.
אײנער פֿון די סאַמע װיכטיקע פֿאַלן פֿון בלוט–בילבול פֿונעם היסטאָרישן שטאַנדפּונקט האָט זיך געטראָפֿן אין דער איטאַליענישער שטאָט טרענט. אין 1475 האָט מען געפֿונען דעם גוף פֿון אַ קריסטלעכן ייִנגל אינעם װאַסער–קאַנאַל אונטער אַ ייִדישן הױז אין דער צײַט אַרום פּסח. נאָך אַ דרײַ־יאָריקער אױספֿאָרשונג מיט פּײַניקונגען האָט דאָס געריכט פֿאַרמשפּט כּמעט אַלע מענער צום טױט און אַלע פֿרױען און קינדער צום שמד בגװאַלד.
דאָס איז געװען דער סוף פֿון דער ייִדישער קהילה אין טרענט. אָבער דאָס היסטאָרישע חשיבֿות פֿונעם דאָזיקן געשעעניש איז געװען אַ סך גרעסער אײדער די טראַגעדיע פֿון אײן קהילה. ביז דעמאָלט, דערקלערט טעטער, האָבן די רױמישע פּױפּסטן כּסדר מבֿטל געװען די באַשולדיקונגען אין בלוט–בילבול, כאָטש װײַט ניט אין אַלע פֿאַלן האָט דאָס געהאָלפֿן. נאָך דעם טרענטער פֿאַל האָבן זיך די פּױפּסטן מער ניט אַרײַנגעמישט אין בלוט–בילבול–ענינים.
דער משפּט אין טרענט האָט איבערגעלאָזט אַ צאָל דאָקומענטאַלע שפּורן. ער איז אַרײַן אין קריסטלעכע קראָניקעס און פּאָפּולערע ביכער אױף פֿאַרשײדענע שפּראַכן, װאָס האָבן פֿאַרשפּרײט דאָס בלוט–בילבול–פֿאָראורטל איבער דער גאַנצער קאַטױלישער װעלט. די שפּיץ–תּקופֿה פֿון די בלוט–בילבול–רדיפֿות אין דײַטשלאַנד, איטאַליע און פֿראַנקרײַך איז געװען אינעם 16טן און 17טן יאָרהונדערט, אָבער אין פּױלן זײַנען זײ פֿאַרשפּרײט געװאָרן שפּעטער. די יורידישע קולטור אין מערבֿ–אײראָפּע איז געװען מער אַנטװיקלט, און װײַט ניט אַלע באַשולדיקונגען האָבן געפֿירט צו אַ שטראָף. אין פּױלן האָבן ייִדן געליטן מער, װײַל די קאַטױלישע קירך איז געװען שטאַרקער אײדער די װעלטלעכע מאַכט.
טעטער באַמערקט, אַז דער אָפּרוף פֿון ייִדן אױף בלוט–בילבולים איז געװען אַנדערש בײַ ספֿרדים ווי בײַ אַשכּנזים. די ספֿרדים האָבן געפֿירט פּאָלעמיק קעגן דעם תּוך פֿון די באַשולדיקונגען. זײערע אַרגומענטן זײנען בטבֿע געװען יורידישע, און אינעם 18טן יאָרהונדערט האָבן די פּראָצעסן געהאָלפֿן פֿאַרטײדיקן ייִדן אין געריכטן.
אין דער אַשכּנזישער קולטור האָט מען אױסגעטײַטשט דעם בלוט–בילבול װי אַ גזירה, װאָס האָט געטריבן ייִדן צום טױט אױף קידוש–השם. װעגן דעם האָט מען געשאַפֿן לידער, װאָס מאַקס װײַנרײַך האָט געהאַלטן פֿאַר װיכטיקע היסטאָרישע מקורים. די רדיפֿות אױפֿן סמך פֿון בלוט–בילבולים האָבן זיך געענדיקט אין פּױלן מיטן צעפֿאַל פֿון דער פּױלישער מלוכה בײַם סוף פֿונעם 18טן יאָרהונדערט. אין דער רוסישער אימפּעריע האָבן זײ באַקומען אַן אַנדער פֿאָרמאַט, אָבער די היסטאָרישע מקורים און פּרעצעדענטן פֿון אַמאָליקע צײַטן האָבן דאָ װײַטער געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע סײַ אױפֿן צד פֿון דער באַשולדיקונג און סײַ אױפֿן צד פֿון דער פֿאַרטײדיקונג.
דער בײליס–משפּט איז געװען דער לעצטער געריכט–פּראָצעס, װוּ די מלוכה האָט באַשולדיקט אַ ייִד אין הרגענען אַ קריסטלעך קינד מיט „ריטואַלע צװעקן‟. דאָס געריכט האָט באַפֿרײַט בײליסן, אָבער ניט אָפּגעלײקנט דעם סאַמע עצם פֿונעם בלוט–בילבול. דאָס גלױבעניש, װאָס ייִדן נוצן קריסטלעך בלוט אויף צום באַקן מצות איז נאָך אַלץ ניט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. פּראָפֿעסאָר טעטער שרײַבט, אז די קאַטױלישע קירך האָט אָפֿיציעל מבֿטל געװען די קולטן פֿון די „הײליקע‟ קינדער, װאָס זײַנען כּלומרשט אומגעקומען װי קרבנות פֿון ייִדן, כאָטש אײניקע פֿרומע קריסטן זײַנען ניט מסכּים מיט דעם באַשלוס.
טעטער גײט ניט אַרײַן אין דער געשיכטע פֿון בלוט–בילבולעם בײַ די פּראַװאָסלאַװנע קריסטן. דער קולט פֿון אײנעם אַ קרבן פֿון ייִדן בליט עד–היום אין מזרח–פּױלן און װײַסרוסלאַנד. דער „הײליקער‟ גאַװריִיִל פֿון ביאַליסטאָק איז כּלומרשט דערמאָרדעט געװאָרן דורך אַ ייִדישן אַרענדאַר אין 1690 כּדי צו נוצן זײַן בלוט פֿאַר מצות. די היסטאָריקער געפֿינען ניט קײן דאָקומענטאַלע באַווײַזן, אַזאַ אַזאַ זאַך איז טאַקע געשען. אָבער פּראַװאָסלאַװנע קריסטן אין דער געגנט אַרום ביאַליסטאָק גלױבן, אַז גאַװריִיִלס געבײן קען שאַפֿן נסים און האָט באַשיצט זײער געגנט קעגן כּלערלײ אומגליקן. אין 1992 האָט מען מיט אַ גרױסן כּבֿוד אַריבערגעבראַכט זײַן געבײן פֿון גראָדנע אינעם קאַטעדראַל־קלױסטער אין ביאַליסטאָק, װוּ מען האַלט אים פֿאַר אַ חשובֿן הײליקן. מען גלױבט, אַז ער קען אויסהײלן מענטשן פֿון כּלערלײ קראַנקײטן און העלפֿן קינדער קריגן גוטע צײכנס אױף עקזאַמענס.
דער פּעטערסבורגער געלערנטער אלכּסנדר לװאָװ האָט מיט צען יאָר צוריק דורכגעפֿירט אַן אַנטראָפּאָלאָגישע פֿאָרשונג בײַ דער אוקראַיִנער באַפֿעלקערונג. װײַזט אױס, אַז אַ היפּשע צאָל פּראָסטע מענטשן גלױבן טאַקע, אַז מצות דאַרפֿן האָבן אַ טראָפּן בלוט. דאָס איז מסתּמא ניט קײן חידוש, אָבער װאָס איז טאַקע יאָ מערקװירדיק, אַז מען האַלט עס פֿאַר אַ „נאָרמאַלע‟ זאַך: „יעדעס פֿאָלק האָט זײַנע אײגענע זאַבאָבאָנעס‟. אײן פֿרױ האָט דערקלערט, אַז הײַנטיקע צײַטן נײטיקן זיך ייִדן חלילה אין קריסטלעכע קינדער פֿאַר קריגן דאָס בלוט. זי האַלט, אַז ייִדישע דאָקטױרים קענען צושטעלן בלוט, װאָס מען נעמט פֿאַר בלוטפּראָבעס. לװאָװ מײנט, אַז די פּראָבלעם איז ניט אינעם גלױבעניש גופֿא נאָר אין די אַרומיקע אומשטאַנדן. װען די באַציִונגען צװישן ייִדן און זײערע שכנים זײַנען רויִק, בלײַבט דער בלוט–בילבול אַזױ װי שלאָפֿנדיק. אָבער װען די באַציִונגען װערן געשפּאַנט, קען די דאָזיקע אַלטע חיה ווידער אויפֿשטיין.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO