Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

שמועסט מיט ייִדיש־רעדער אין פּאַריז, דרום־אַפֿריקע אָדער קווירע לײַטChat in Yiddish with South Africans, Parisians or members of an LGBTQ group

אַ צאָל שמועס־גרופּעס אויף ייִדיש האָבן זיך באַוויזן דורך די ערגסטע צײַטן פֿון דער מגפֿה אָבער אַ טייל פֿון זיי גייען אָן ווײַטער.

„ביסט פֿאַרשטומט.“

„צינד אָן דײַן מיקראָפֿאָן.“

און אַװדאי: „אָט איז מײַן קאַץ. זאָג: ′שלום־עליכם′, קעצעלע!“

אויב איר האָט זיך אַ מאָל באַטייליקט אין איינעם פֿון די פֿאַרשידענע אינטערנעץ־שמועסקרײַזן װאָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער װעלט זינט דעם אָנהייב פֿון דער מגפֿה־תּקופֿה, װעט איר זיכער דערקענען אָט די אָפֿט־געהערטע פֿראַזעס. און פּונקט אַזוי װי די מגפֿה, אַ קלאָג צו איר, דויערן די שמועסקרײַזן װײַטער. זיי האָבן באַוויזן צו פֿאַרבינדן ייִדיש־רעדערס איבער דער װעלט אין אַ פֿרײַען, פֿרײַנדלעכן משׂא־מתּן פֿון שמועס, אידעעס, און מעשׂיות אָן אַ שיעור, און די ייִדיש־רעדערס װערן ניט מיד פֿון זיי — דאָס הייסט, װוּנדער איבער װוּנדער, די אָ זום־מוילמאַכערס זענען נאָך נישט „אויסגעזומט“!

עטלעכע שמועסקרײַזן וואָס זענען געגרינדעט געוואָרן אין און נאָך מאַרץ 2020 האָבן געהאַט גאָר אַ רײַך לעבן אויף דער אינטערנעץ אָבער טרעפֿן זיך שוין מער נישט, צװישן זיי: סאָסיע פֿאָקסעס „װײַבערטײַטש“-שמועסקרײַז, װאָס האָט צוגעצויגן אַן עולם צו דער ערשטער טרעפֿונג מיט די װערטער, „מיר זײַנען אַ ביסל באַדרוקט די טעג, און אין געװיסע פֿאַלן, אױך גאַנץ עלנט.“ אַנדערע טרעפֿן זיך נאָך אַלץ, נאָר זיי פֿונקציאָנירן װי פּריװאַטע שמועסקרײַזן און זענען ניט עפֿנטלעך צום ברייטן עולם (צװישן זיי — אַ לעבעדיקער קרײַז פֿאַר אַמאָליקע קעמפּערס און אויפֿפּאַסערס פֿון דער בונדיסטישער זומער־קאָלאָניע „קעמפּ המשך“, אָנגעפֿירט דורך סאַבינאַ ברוקנער).

אונטן װעט איר אָבער געפֿינען אַ גאַנצע רשימה אָנלײַן־שמועסן וואָס טרעפֿן זיך ווײַטער, אין אַלע װינקעלעך פֿון דער ערד. יעדער שמועסקרײַז ווערט געפֿירט בלויז אויף ייִדיש, איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל און איז צוטריטלעך פֿאַר אַלע ייִדיש־רעדערס. אונדזער האָפֿענונג איז אַז איר זאָלט קענען געפֿינען אַ גרופּע װאָס געפֿעלט אײַך, וווּ איר קענט כאַפּן אַ ייִדיש װאָרט, און אפֿשר אויך, װי דער שטייגער איז, באַקענען דעם עולם מיט אײַער קעצעלע.

„דער ייִדישער װעלט־זומזיץ“

װער: צװיי ייִדישיסטן אין יאָהאַנעסבורג, דרום־אַפֿריקע — עזריאל גאַרבער און עליע גאָלדשטיין ([email protected])

װען: זונטיק, איין מאָל אַ חודש, 2:00 נ”מ, ניו־יאָרקער צײַט

פֿאַרבינדונג צום זום־צימער: גיט אַ קוועטש דאָ

װי איז דער זום אַנדערש פֿון אַלע זומען פֿון אַ גאַנץ יאָר: מסתּמא דער חנעוודיקסטער נאָמען פֿון אַלע זום־שמועסקרײַזן, און אפֿשר אויך דער אינטערנאַציאָנאַלסטער עולם (אויף די פֿליבלעטלעך דערשײַנט די צײַט פֿון שמועס אין ניט װייניקער װי 8 צײַטזאָנעס). גאַנץ אָפֿט פֿאַרבעט מען אַהער באַקאַנטע געסט פֿון דער ייִדיש־וועלט, צװישן זיי — דער דירעקטאָר פֿון „יונג-ייִדיש תּל־אָבֿיבֿ“, מענדי כּהנא, און די רעדאַקטאָרשע פֿונעם פֿאָרװערטס, שׂרה־רחל שעכטער.

shmueskrayzn

די אָנטיילנעמער אויף אַ טרעפֿונג לעצטנס פֿונעם דרום־אַפֿריקאַנער שמועסקרײַז, „דער ייִדישער וועלט־זומזיץ‟


„ייִדיש-פֿאַרבינדונג“

װער: דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער – מעדעם־ביבליאָטעק. די פֿאָרזיצערס זענען אָפֿט מאָל רעזשין נעבעל און נאַטאַליע קריניצקאַ.

װען: דעם ערשטן זונטיק פֿון יעדן חודש, 2:00 נ′′מ ניו־יאָרקער צײַט

װעבזײַטל: גיט אַ קוועטש דאָ

פֿאַרבינדונג צום זום־צימער: גיט אַ קוועטש דאָ

װי איז דער זום אַנדערש: אַ מחיה צו הערן די ייִדיש־רעדנדיקע באָבעס מיט סאַמעטענע פֿראַנצייזישע אַקצענטן — און זייערע פֿרײַנד — און זייערע קעץ. גאָר אַ װאַרעמע אַטמאָספֿער: מען איז פֿאַרבעטן צו קומען „מיט אַ גלעזל אין דער האַנט“!


„ייִדיש אונדזער שפּראַך“

װער: אלי שאַרפֿשטיין, אַ ווילנע־געבוירענער װאָס װוינט הײַנט אין ישׂראל

װען: יעדן דינסטיק, 11:00 פֿ′′מ ניו־יאָרקער צײַט און יעדן דאָנערשטיק, 10:00 פֿ′′מ ניו־יאָרקער צײַט

װעבזײַטל: גיט אַ קוועטש דאָ

פֿאַרבינדונג צום זום־צימער: גיט אַ קוועטש דאָ

װי איז דער זום אַנדערש: יעדן דינסטיק לייענט און דיסקוטירט מען אַ ייִדיש בוך אָדער דערציילונג, און דאָנערשטיק שמועסט מען װעגן געקליבענע טעמעס (למשל „קינדער פֿרעגן פֿראַגעס“ אָדער „װי פֿאַרהיט מען די ייִדישע קולטור“). דאָס איז דער איינציקער קרײַז װאָס טרעפֿט זיך צװיי מאָל אַ װאָך.


„ייִדיש־שמועס־שעה“

װער: די פּראָגראַם פֿון ייִדישע לימודים בײַ קאָרנעל־אוניװערסיטעט אין איטאַקע, ניו־יאָרק, מיט ייִדיש־קלאַסן אָנגעפֿירט דורך דוד פֿאָרמאַן ([email protected])

װען: יעדן פֿרײַטיק, 12:00 מיטטאָגצײַט (ניו־יאָרקער צײַט)

װעבזײַטל: גיט אַ קוועטש דאָ

פֿאַרבינדונג צום זום־צימער: גיט אַ קוועטש דאָ

װי איז דער זום אַנדערש: כאָטש דער שמועס איז געצילעוועט אויף דער קאָרנעל־קהילה, זענען געסט פֿון איבער דער ברייטער װעלט, פֿון איטאַקע ביז איטאַליע, „אויך אָנגעלייגטע.“


„קװיר־שמועסקרײַז“

װער: די פֿייסבוק־„גרופּע“ „קװיר־ייִדישקייט“ און דאָס פֿייסבוק־זײַטל „ראַד ייִדיש“, אָנגעפֿירט דורך פֿרעיגל גערצאָװסקי, אַסאַ ברונעט־דזשאַילי און סאָרקע שנײַדער. גיט אַ קוועטשט דאָ

װען: דעם 31סטן אָקטאָבער, 1:00 נ′′מ (די גרופּע װייסט נאָך ניט װען דער שמועסקרײַז װעט זיך װידער טרעפֿן נאָך דעם, אָבער די װאָס זענען פֿאַראינטערעסירט זענען פֿאַרבעטן זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף דער בליצפּאָסט־רשימה אונטן, כּדי צו װערן אינפֿאָרמירט װעגן די קומעדיקע אונטערנעמונגען)

רעגיסטראַציע־פֿאָרמולאַר צו באַקומען די זום־פֿאַרבינדונג: גיט אַ קוועטש דאָ

װי איז דער זום אַנדערש: פֿאַר ייִדישיסטן פֿון דער קװירער קהילה און זייערע פֿרײַנד. מען שמועסט אין „אויסבראָך“־צימערלעך (פֿאַר אָנהייבערס, מיטעלע, און ווײַטהאַלטערס). די אָרגאַניזאַטאָרן מוטיקן אָנטייל־נעמערס מיט די אָ װערטער: „קיינער פֿון אונדז איז ניט קיין מבֿין, און גלײַכצײַטיק זענען מיר אַלע מבֿינים.“


אַ קומעדיקער קרײַז אָנגעפֿירט פֿון דער „ייִדישער שטוב לאָנדאָן“

וואָס איז פֿריִער געווען: משך פֿון דער קאָראָנע־תּקופֿה האָט די אָרגאַניזאַציע אָנגעפֿירט מיט אַ שמועסקרײַז װאָס האָט זיך אונטערגעשיידט פֿון די אַנדערע דורך דעם וואָס מע האָט צעטיילט די שמועסערס אין פֿאַרשיידענע „אויסבראָך“־צימערלעך צוגעפּאַסט צו זייערע ניװאָען פֿון פֿליסיקייט. איצט טרעפֿט זיך ניט דער קרײַז, אָבער…

װאָס װעט זײַן אין דער נאָענטער צוקונפֿט: אַרטוראָ קערבל־שײַן, דער יונגער מעקסיקאַנער ייִדישיסט װאָס װוינט איצט אין לאָנדאָן, לאָזט אונדז װיסן אַז די אָרגאַניזאַציע האָט לעצטנס באַקומען אַ סטיפּענדיע צו שאַפֿן נאָך אַזעלכע איניציאַטיװן. פּרטים זענען נאָך ניט פֿאַראַן, נאָר איר װעט זיי באַלד געפֿינען אויפֿן פֿייסבוק־זײַטל פֿון דער „שטוב“.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.