דאָס 100־יאָריקע רעוואָלוציאָנערע ליד, „היי היי דאַלוי פּאָליציי“,100-year old revolutionary song, “Hey Hey, Down With the Police!”
געשאַפֿן איבער 100 יאָר צוריק, בלײַבט דאָס ליד נאָך אַלץ פּאָפּולער בײַ אַקטיוויסטן פֿאַר סאָציאַלער גערעכטיקייט.
אין דעם ווידעאָ הערט מען דאָס רעוואָלוציאָנערע ליד געשאַפֿן בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט,, „היי, היי, דאָלוי פּאָליציי‟.
אויף רוסיש, ווי אויך אין דעם רוסישן ייִדיש, איז „דאָלוי‟ דער טײַטש „אַראָפּ‟, „נידער‟. אין דער אמתן, איז דאָס ליד אַ קאָמבינאַציע פֿון צוויי פֿאָלקסווערק מיט אַ רעוואָלוציאָנערן טעם, וואָס זענען געווען פּאָפּולער בײַ סאָציאַליסטן, קאָמוניסטן און אַנאַרכיסטן צו גלײַך. איין ליד האָט געהייסן „אין אַלע גאַסן‟ און דאָס צווייטע — „היי, היי, דאָלוי פּאָליציי‟. „אין אַלע גאַסן‟ טרעפֿט מען אין די קיִעווער זאַמלונגען פֿון זלמן סקודיצקי און משה בערעגאָווסקי, פֿון 1933–1934. „דאָלוי פּאָליציי‟ האָט שמואל לעמאַן (לעהמאַן) געזאַמלט, ווי עס זעט אויס, פֿריִער — אַרום 1905.
ווי דער שטייגער איז אָפֿט מיט פֿאָלקסשאַפֿונגען, האָבן פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿון ביידע לידער צירקולירט אין מיזרח־אייראָפּע. דער באַקאַנטער מוזיקער זלמן מלאָטעק האָט זיי צונויפֿגעשמאָלצן אין איין ליד. הגם דער אַרבעטער־רינג זינגט „דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויעץ וו׳ראָסיי‟ („אַראָפּ מיטן אַבסאָלוטן מאָנאַרך אין רוסלאַנד”), האָט דער אַלטער רוסישער לאָזונג גערופֿן אַראָפּצוּוואַרפֿן „סאַמאָדערזשאַוויע‟ – דהײַנו, די אַבסאָלוטע מאַכט פֿונעם צאַר; אַזוי שטייט געשריבן אין דער טראַנסקיפּציע פֿונעם ווידעאָ. דער אונטערשייד איז אַ קליינער און עס טרעפֿן זיך ביידע נוסחאָות.
עס קאָן זײַן, אַז געוויסע ווערסיעס פֿון אָט־די צוויי לידער האָבן זיך באַוויזן נאָך אינעם סוף־19טן יאָרהונדערט. אין אַן אַנדער רעקאָרדירונג געזונגען פֿון דער באַרימטער ייִדישער זינגערין איידריען קופּער אין איינעם מיטן אַרבעטער־רינג כאָר, זינגט מען די ווערטער: „קאַזאַקן, זשאַנדאַרמען, אַראָפּ פֿון די פֿערד: דער רוסישער קיסר ליגט שוין אין דר׳ערד‟. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז אַזאַ טעקסט איז אויפֿגעקומען פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע פֿון 1917. דעם צאַר האָט מען דעמאָלט טאַקע דערהרגעט, נאָר קיין זשאַנדאַרמען זענען נאָך דער רעוואָלוציע מער נישט געווען. פֿאַרקערט, מע רופֿט דאָך דעם קיניג ניקאָלײַקעלע (אָדער מיקאָלײַקעלע, מיטן אוקראַיִנישן אַקצענט).
די צווייטע רעקאָרדירונג איז פֿונעם אַמעריקאַנער פֿילם, Free voice of Labor: Jewish Anarchists („פֿרײַע שטים פֿון די אַרבעטער: ייִדישע אַנאַרכיסטן‟), וואָס איז אַרויס אין 1980. הגם די אָריגינעלע טעקסטן זענען פֿאַרבונדן מיט דער רוסישער אימפּעריע, האָבן די אַמעריקאַנער לינק־געשטימטע ייִדן געזונגען דאָס ליד – און צומאָל זינגען זיי עס נאָך אַלץ, ווי אַ מין הימען פֿאַרן סאָציאַלן יושר און קעגן דער פּאָליציי־ברוטאַליטעט.
למשל, אין דער רעקאָרדירונג פֿון 2013, זעט מען ווי די ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע, „אויף צו להכעיס ספּעקטאַקל־קאָמיטעט‟, לערנט אירע מיטגלידער דאָס ליד פֿאַר אַ קומעדיקער דעמאָנסטראַציע קעגן פּאָליציי־פֿאַרהאַלטונגען פֿון צופֿעליקע מענטשן אויף דער גאַס. אויף יוטוב קאָן מען געפֿינען אַ ריי מוזיקאַלישע גרופּעס מיט אַ סאָציאַליסטישן פּראָטעסט־טעם, וואָס זינגען עס הײַנט אויף אַנדערע לשונות, אַזוי ווי די רעקאָרדירונג אויף שפּאַניש.
זייער כאַראַקעריסטיש איז די שורה – אויך פֿונעם דערמאָנטן צווייטן וואַריאַנט – „ברידער און שוועסטער, לאָמיר זיך ניט אירצן‟. בײַ די אַמאָליקע ייִדישע לינקע האָט מען זיך תּמיד „געדוצט‟ ווײַל מע האָט באַטראַכט דעם מינהג פֿון „אירצן זיך‟ פֿאַר צו „אומפּראָלעטאַריש‟.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO