פֿאָלקסבינע “לײַוו”־קאָנצערט מיט ייִדישער דזשעז־דיוואַ, טערעזאַ טובֿהFolksbiene! LIVE concert with Yiddish jazz diva Theresa Tova
די פֿאָרשטעלונג נעמט אַרײַן נײַע ייִדישע איבערזעצונגען פֿון צוויי קלאַסישע דזשעזלידער, „אַ שטורמישער וועטער‟ און „נאַכט און טאָג‟.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם 7טן נאָוועמבער וועט די ייִדישע זינגערין און אַקטריסע, טערעזאַ טובֿה, באַקאַנט ווי „די ייִדישע דיוואַ‟, אויפֿטרעטן אויף „פֿאָלקסבינע לײַוו‟ מיט אַ קאָנצערט פֿון אירע באַליבטסטע לידער, אַרײַנגערעכנט נײַע ייִדישע איבערזעצונגען פֿון צוויי קלאַסישע דזשעזלידער — Stormy Weather און Night and Day.
דער קאָנצערט, וואָס הייסט „האַרבסטלידער‟, איז פּראָדוצירט געוואָרן פֿון דער פֿאָלקסבינע.
כאָטש טערעזאַ טובֿהס רײַכע, אויסדריקלעכע שטימע, וואָס די ייִדישוועלט האָט אַנטדעקט נאָך מיט יאָרן צוריק דורך איר דזשעזישן אופֿן זינגען ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס ליד, „דער סאַקסאָפֿאָן־שפּילער‟, דערמאָנט אַ ביסל אין די שוועסטער בערי, איז איר סטיל פֿון זינגען פֿאָרט אַנדערש: מער בענקעוודיק, אַפֿילו אַ ביסל מעלאַנכאָליש, אַזוי ווי מע הערט בײַ די אַמאָליקע זינגערינס לינאַ האָרן און עלאַ פֿיצדזשעראַלד.
די פּאַריז־געבוירענע טערעזאַ טובֿה איז אַ באַקאַנטע אַקטריסע אין קאַנאַדע, ווי אויך די מחברטע פֿון אַ צאָל אָנגעזעענע מיוזיקלס. איר אינטערעס צו ייִדישע לידער איז אָבער געקומען ערשט שפּעטער.
„ווי אַן אַקטריסע האָב איך ס׳רובֿ פֿונען לעבן געפּרוּווט זײַן אַ מענטש וואָס איך בין נישט,‟ האָט זי געזאָגט. „איך בין אַ טאָכטער פֿון צוויי לעבן געבליבענע פֿון חורבן. מײַן מאַמע האָט טאַקע געמוזט באַהאַלטן ווער זי איז כּדי זיך צו ראַטעווען, אָבער ווי אַ ייִדיש־דיוואַ, קען איך זינגען הויך פֿאַר דער גאַנצער וועלט.‟
נאָך מער אינפֿאָרמאַציע וועגן טערעזאַ טובֿה אָדער צו זען דעם קאָנצערט דעם 7טן נאָוועמבער, גיט אַ קוועטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
