שׂימחה אָנלײַן לכּבֿוד צוויישפּראַכיקן קינדערביכל, „דאָס קלוגע שנײַדערל‟Virtual celebration for bilingual children’s book, “The Clever Tailor”
דער מחבר, שלמה סײַמאָן, איז געווען אַ פּראָדוקטיווער ייִדישער שרײַבער, באַקאַנט פֿאַר זײַנע קינדערביכער און ווי אַ גרינדער פֿון די שלום־עליכם־שולן.

Image by Yehuda Blum
זונטיק, דעם 14טן נאָוועמבער וועט מען פּראַווען אַ יום־טובֿ לכּבֿוד דער פּובליקאַציע פֿונעם צוויישפּראַכיקן ייִדישן קינדערביכל, „דאָס קלוגע שנײַדערל‟, פֿון שלמה סײַמאָן. דאָס איז דאָס ערשטע ביכל אַרויסגעגעבן פֿון „פֿאַרלאַג־קינדער־לשון‟ — דעם נײַעם פֿאַרלאַג בײַ דער אָרגאַניזאַציע, יוגנטרוף.
אויף דער שׂימחה וועלן אויפֿטרעטן דער איבערזעצער פֿונעם בוך, דוד פֿאָרמאַן; דער אַקטיאָר און זינגער מיכל יאַשינסקי און די זינגערין עדה העטקאָ. מע וועט אויך פֿאָרלייענען פֿונעם ביכל אויף ייִדיש און אויף ענגליש, אויפֿפֿירן לידער אינספּירירט פֿונעם ראָמאַן, און ווײַזן קורצע פֿילמען וועגן דעם מחבר און דעם אילוסטראַטאָר פֿון ביכל, ייִדל בלום.
שלמה סײַמאָן (זײַן געבוירענער משפּחה־נאָמען: שימאָנאָוויטש) איז געבוירן געוואָרן אין 1895, אינעם ווײַסרוסישן שטעטל קאַלינקאָוויטש, זיך געלערנט אין חדר און שפּעטער אין עטלעכע ישיבֿות. אינעם יאָר 1913 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק און אין 1920 האָט ער אָנגעהויבן שטודירן ציינדאָקטערײַ אָבער איז שפּעטער געוואָרן אַ פּעדאַגאָג. ער איז אויך געוואָרן אַן איבערגעגעבענער וועלטלעכער ייִדישיסט און אַ גרינדער פֿונעם שלום־עליכם פֿאָלק־אינסטיטוט און זײַנע פֿאָלקשולן.
במשך פֿון זײַן לעבן האָט סײַמאָן אָנגעשריבן בערך 30 ביכער אויף ייִדיש און ענגליש. זײַנע דערציילונגען און אַרטיקלען זענען אויך דערשינען אין דער „פֿרײַער אַרבעטער־שטימע‟, „די צײַט‟, „דער טאָג‟ און אַנדערע פּאָפּולערע פּעריאָדישע אויסגאַבעס אויף ייִדיש. אין 1950 איז ער געוואָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון „די פּרעסע‟ אין בוענאָס־אײַרעס. באַזונדערס באַקאַנט זענען זײַנע ביכער פֿאַר קינדער, אַרײַנגערעכנט „די העלדן פֿון כעלם‟ און „שמערל נאַר‟.
די שׂימחה, וואָס וועט זײַן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, וועט זיך אָנהייבן 4:00 נאָך מיטאָג (אויפֿן ניו־יאָרקער זייגער). כּדי צו זען די פּראָגראַם גיט אַ קוועטש דאָ. כּדי צו קויפֿן „דאָס קלוגע שנײַדערל‟, גיט אַ קוועטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

