אָנלײַן־שמועס מיט רעזשיסאָרינס פֿון פֿילם וועגן אַבֿרהם סוצקעווערOnline discussion with directors of film about poet Avrom Sutzkever
עמילי פֿעלדער און קריסטאַ וויטני באַשרײַבן דאָס מאַכן דעם דאָקומענטאַר, „ווער וועט בלײַבן?‟, אויפֿן באָסטאָנער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל.

Image by Yiddish Book Center
זונטיק, דעם 14טן נאָוועמבער וועט מען אויפֿן ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין באָסטאָן פֿירן אַ שמועס מיט די רעזשיסאָרינס פֿונעם דאָקומענטאַר־פֿילם, „ווער וועט בלײַבן?‟, עמילי פֿעלדער און קריסטאַ וויטני. דעם שמועס קען מען זען אָנלײַן.
„ווער וועט בלײַבן?‟ איזפּראָדוצירט געוואָרן דורכן ייִדישן ביכער צענטער.
במשך פֿונעם פֿעסטיוואַל קען מען זיך אויך פֿאַרשרײַבן צו זען דעם פֿילם גופֿא. אינעם פֿילם פֿאָרט סוצקעווערס אייניקל, די ישׂראלדיקע אַקטריסע הדס קאַלדעראָן, קיין ליטע, ניצנדיק איר טאַטנס טאָבגוך ווי אַ וועגווײַזער. אין ווילנע זוכט זי די שפּורן פֿון זײַן יוגנט און זײַנע יאָרן ווי אַ פּאַרטיזאַנער.
סוצקעווער איז הײַנט פֿאַררעכנט פֿאַר איינעם פֿון די גרעסטע ייִדישע פּאָעטן פֿונעם צוואָנציקסטן יאָרהונדערט. זײַנע לידער שפּיגלען אָפּ זײַן יוגנט אין סיביר און אין ווילנע, זײַנע יאָרן ווי אַ פּאַרטיזאַנער אין וואַלד און זײַן לעבן אין מדינת־ישׂראל. קאַלדעראָן, וואָס קען נישט קיין ייִדיש און האָט געמוזט זיך פֿאַרלאָזן אויף די העברעיִשע איבערזעצונגען פֿונעם זיידנס ווערק, נעמט זיך אונטער אָנצוקניפּן אַ באַציִונג מיט דער אַמאָליקער וועלט פֿונעם פּאָעט, ווי אַן אופֿן צו פֿאַראייביקן זײַן ליטעראַרישן עזבֿון.
דעם פֿילם ווײַזט מען במשך פֿונעם פֿעסטיוואַל אין איינעם מיט אַ קירצערן פֿילם, „שמועס‟, וועגן דעם פּאָפּולערן ייִדיש־לערער און פּסיכיאַטער אין דרום שוועדן — סאַלאָמאָן שולמאַן.
כּדי צו זען ביידע פֿילם און דעם אינטערוויו מיט די רעזשיסאָרינס פֿון „ווער וועט בלײַבן?‟, גיט אַ קוועטש דאָ.
צו זען אַ באַשרײַבונג פֿון אַלע פֿילמען וואָס מע ווײַזט אויפֿן פֿעסטיוואַל, גיט אַ קוועטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
