די דאָליע פֿון די פּױלישע ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, 1939–1946The fate of the Polish Jews in the Soviet Union from 1939 to 1946
די פּוילישע ייִדן וואָס האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון ווערן סאָוועטישע בירגער האָט מען פֿאַרשיקט אין גולאַג.
ווי ס׳איז גוט באַקאַנט, האָט דער גרעסטער טײל פּױלישע ייִדן װאָס זײַנען ניצול געװאָרן פֿונעם חורבן — כּמעט 300,000 נפֿשות — איבערגעלעבט די מלחמה ניט אין פּױלן, נאָר אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. דעם פֿאַרגאַנגענעם מיטװאָך האָט ד״ר מאַרקוס געסעלראָדט, אַ דײַטשישער היסטאָריקער און ספּעציאַליסט פֿון דער פּוילישער געשיכטע, געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אויף אָט דער טעמע, בײַם פֿראַנקפֿורטער „פֿריץ־באַוער־אינסטיטוט”.
אין זײַן ביז גאָר אינטערעסאַנטער לעקציע, „אַנטלאָפֿן פֿונעם חורבן: פּױלישע ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, 1939–1946”, האָט נעסעלראָדט דערציילט װעגן די איבערלעבונגען פֿון פּױלישע ייִדן װאָס זײַנען פֿאַרװאָגלט געװאָרן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד — אַנטלױפֿנדיק, למשל, קײן ביאַליסטאָק און לװאָװ אין 1939; דורך אַ פֿאַרשיקונג קײן סיביר אין 1941, אָדער װי אַרבעטער אין די זאַװאָדן בײַם אוראַל, צי װי פּױלישע זעלנער אין טאַשקענט אין 1943.
בעת די ערשטע װאָכן פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה, אין האַרבסט 1939, איז אַ קלײנער מיעוט פּױלישע ייִדן אַנטלאָפֿן אין די סאָװעטיש־באַזעצטע געביטן פֿון געװעזענעם מזרח־פּױלן. דער ייִדישער ביבליאָטעקאַר הערשל קרוק באַשרײַבט, למשל, װי אַזױ ער איז אַנטלאָפֿן פֿון די דײַטשן. שפּעטער איז ער געװען אין װילנער געטאָ און אומגעקומען אין אַ לאַגער אין עסטלאַנד, הי״ד.
װען די סאָװעטישע מאַכט האָט אין 1940 געפֿרעגט בײַ די פּױלישע בירגער אונטער איר שליטה, צי זײ װילן װערן סאָװעטישע, האָט אַ דריטל פֿון זײ זיך אָפּגעזאָגט דערפֿון, ניט געקוקט אױף דעם, װאָס אַלס אױסלענדער איז זײ אָנגעקומען זייער שװער צו פֿאַרדינען. אױף דעם אָפּזאָג האָט דער ען־קאַ־װע־דע אָפּגעענטפֿערט מיט אַ דעפּאָרטאַציע קײן צפֿון, אין גולאַג. אַ גרעסערע גרופּע ייִדישע פּליטים איז צומערשטנס פֿאַרבליבן אויפֿן אָרט, דערנאָך אַנטלאָפֿן פֿון די דײַטשן אין זומער 1941 און אַזױ אַרום אָנגעקומען אין די מזרחדיקע געביטן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. טױזנטער ייִדן זײַנען אומגעקומען בעתן אַנטלױפֿן, ווי אויך בשעת די דעפּאָרטאַציעס און אין גולאַג. נאָך אַנדערע זײַנען געפֿאַלן אױפֿן פֿראָנט.
װען פּױלן און דער ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן אָנגעהױבן מאַכן אַ שותּפֿות קעגן דעם דײַטשישן שׂונא, האָט מען באַפֿרײַט די פּױלישע בירגער פֿון גולאַג, בתוכם די ייִדישע. דאָס רובֿ איז דערנאָך געקומען קײן צענטראַלאַזיע, ד״ה אוזבעקיסטאַן און די שכנותדיקע לענדער. סײַ די אַנטלאָפֿענע, סײַ די רעפּרעסירטע האָבן זיך איצט געפֿונען אין די אָ דרומדיקע סאָװעטן־רעפּובליקן. זײ האָבן באַקומען שטיצע פֿון ייִדישע הילפֿס־אָרגאַניזאַציעס, װאָס האָבן צוגעשיקט שפּײַז, קלײדער און דאָס גלײַכן פֿון אױסלאַנד.
די ערשטע ייִדן וואָס זײַנען צוריקגעקומען קיין פּוילן אין 1944 זײַנען געװען זעלנער פֿון דער פּױלישער אַרמײ און רױטאַרמײער. ביז 1946 האָט מען צוריקגעפֿירט קײן פּױלן אַרום 170,000 ייִדן, שפּעטער נאָך עטלעכע טױזנטער. מערסטע ייִדן־רעפּאַטריאַנטן האָט מען געבראַכט אין די מערבֿדיקע געביטן, דער עיקרשט, קײן נידערשלעזיע. אין די יאָרן 1945–1947 האָט די פּױלישע מלוכה געשטיצט די ייִדישע קולטורעלע אױטאָנאָמיע אין נידערשלעזיע, נאָר אין דער זעלבער צײַט האָט מען אױך דערלױבט ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס צו ברענגען ייִדן קײן ארץ־ישׂראל. ערשט אין 1947 האָט די בריטישע רעגירונג גענײט די פּאָליאַקן צו פֿאַרמאַכן די גרענעץ. ביז דעמאָלט איז שױן בערך אַ העלפֿט פֿון דער שארית־הפּליטה אַרױסגעפֿאָרן קײן מערבֿ.
די דאָזיקע ייִדן האָבן באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד מכּמה טעמים. אַ סך האָבן געזען פּױלן ווי אַ מין גרױסן בית־עלמין. דערצו האָט געװעלטיקט אַ סכּנהדיקער אַנטיסעמיטיזם, אַרײַנגערעכנט פּאָגראָמען. דער קעלצער פּאָגראָם אין יולי 1946 האָט טאַקע שטאַרק פֿאַרגרעסערט די צאָל ייִדישע פּליטים. דערצו האָבן אַ סך פֿון זײ ניט געװאָלט בלײַבן אונטער דער קאָמוניסטישער הערשאַפֿט לױטן סאָװעטישן נוסח. אַחוץ דעם האָט אַ מין „פּראַגמאַטישער ציוניזם” געשפּילט אַ ראָלע.
כּל־זמן די גרענעץ איז געװען אָפֿן, זײַנען פּױלישע ייִדן אַװעקגעפֿאָרן קײן מערבֿ, אָפֿטמאָל מיט דער הילף פֿון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע, „בריחה”. מערסטנטײל זײַנען זײ אָנגעקומען אין די די־פּי־לאַגערן אין אָקופּירטן מערבֿ־דײַטשלאַנד. דעמאָלט זײַנען שױן געװען באַזונדערע לאַגערן פֿאַר ייִדישע די־פּיס („אַנטװאָרצלטע”) און אָרגאַניזאַציעס פֿון דער שארית־הפּליטה. צװײ דריטל פֿון יענע פּליטים האָבן געהאַט איבערגעלעבט די מלחמה אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. לרובֿ איז דײַטשלאַנד פֿאַר זײ געװען אַ סטאַנציע אױפֿן װעג װײַטער קײן אַמעריקע, ארץ־ישׂראל אָדער אַנדערע מערבֿדיקע לענדער.
אַ לאַנגע צײַט האָט מען צוליב פֿאַרשידענע סיבות װײניק גערעדט װעגן די איבערלעבונגען פֿון די אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אַנטלאָפֿענע. ס׳איז, למשל, געװען בעסער צו שװײַגן װעגן דעם, אױב מע האָט געװאָלט קריגן אַ װיזע פֿאַר די פֿאַראײניקטע שטאַטן. אַחוץ דעם האָט מען געהאַלטן, אַז מע האָט בסך־הכּל געהאַט אַ גוטע מערכה אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין פֿאַרגלײַך מיט יענע, װאָס האָבן אַדורכגעמאַכט די שבֿעה־מדורי־גיהנום אין די געטאָס, קאַצעטן און אומברענג־לאַגערן.
אין סוף פֿון זײַן באַלערנדיקער לעקציע האָט נעסעלראָדט ציטירט יצחק פּערלאָװס אַ ליד א״נ „איך פֿון סאָװיעט, ער פֿון קאַצעט …” (נירנבערג, 1946), װאָס האָט אַ שײכות צו אָט דעם ענין. עס הײבט זיך אָן בזה־הלשון:
איך האָב געהאַט זיבן יאָר נױט, ער האָט געהאַט זיבן יאָר טױט — מיר קענען זיך מער נישט פֿאַרשטײן.
נעסעלראָדט האָט אָבער אַ טעות, װען ער מײנט, אַז נאָר אַ קלײנע צאָל ייִדישע דיכטער האָט אַזױ פֿרי געשריבן װעגן זײערע איבערלעבונגען אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. די פּױלישע פֿאָרשערין פּראָפ׳ מאַגדאַלענאַ רוטאַ, למשל, האָט געשריבן זײער פּרטימדיק װעגן דער טעמע אין איר בוך, „אָן ייִדן?” (קראָקע, 2012; איבערגעזעצט אױף ענגליש אין 2017). אַפֿילו דאָס שרײַבן װעגן דעם אונטערשײד צװישן די „פֿון סאָװיעט” און די „פֿון קאַצעט” איז ניט אַזאַ זעלטענע זאַך. לאָמיר דאָ כאָטש דערמאָנען ישעיה שפּיגלס דראַמאַטישע פּאָעמע, „געזעגענונג” (נידערשלעזיע, 1947), אױף פּונקט דער אײגענער טעמע; אָדער יחיאל שרײַבמאַנס דערצײלונג „װענט” פֿון 1946, װאָס איז אױך נוגע צו דער פֿראַגע.
אַ דאַנק נעסעלראָדטס אַרבעט האָבן מיר שױן מער און פּינקטלעכערע ידיעות װעגן די פֿאַרשײדענע װעגן פֿון די ייִדישע פּליטים אין ראַטן־פֿאַרבאַנד — נאָך אַלעמען אַ װיכטיקער עפּיזאָד אין דער געשיכטע פֿונעם גרעסטן ייִדישן ייִשובֿ אין 20סטן יאָרהונדערט, װאָס פֿון אים איז געבליבן אַ קליינע שארית־הפּליטה.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO