די פֿאַרשידענע מינים חנוכּה־לאָמפּן במשך פֿון דער געשיכטעThe rich variety of Hanukkah menorahs throughout history
די מנורה אינעם בית־המיקדש האָט זיך קוים געביטן במשך פֿון טויזנטער יאָרן בעת דאָס חנוכּה־לעמפּל האָט זיך אַנטוויקלט אין כּלערליי ריכטונגען.
דער אימאַזש פֿון דער מנורה, וואָס האָט געברענט אינעם בית־המיקדש, האָט זיך כּמעט נישט געביטן במשך פֿון טויזנטער יאָרן. דאָס בילד פֿונעם זיבן־צווײַגנדיקן לאָמפּ, וואָס מע האָט געפֿונען אײַנגעקריצט אויף אַלטע טעפּ און מטבעות איז, אין תּוך, דאָס זעלבע וואָס מע זעט הײַנט אין די סינאַגאָגעס, מער ווי 2000 יאָר שפּעטער. אָבער די פֿאָרעם פֿונעם חנוכּה־לעמפּל, וואָס מיר צינדן אָן אַלע אַכט נעכט פֿונעם יום־טובֿ, דער היימישער סימבאָל פֿון דער מנורה, האָט זיך אַנטוויקלט אין כּלערליי ריכטונגען, סײַ אין דער פֿאָלקסקונסט, סײַ בײַ די מער געבילדעטע קינסטלער.
אין גאָר אַלטע צײַטן, האָט מען געמאַכט די חנוכּה־לעמפּלעך פֿון ליים מיט אַכט קנויטן פֿון איין מקור, אָבער שפּעטער האָט מען געניצט גאָלד, זילבער און אַנדערע מעטאַלן צו שאַפֿן די אויסטײַטשונגען פֿונעם חנוכּה־לעמפּל. איין מעגלעכער ענטפֿער, פֿאַר וואָס די מנורה זעט אויס ווי אַמאָל, אָבער דאָס חנוכּה־לעמפּל האָט זיך יאָ געביטן, איז ווײַל, די מנורה ווערט אַזוי פּינקטלעך באַשריבן אין דער תּורה מיט אַלע פּרטים. דעריבער איז די פֿאַנטאַזיע פֿונעם קינסטלער אָדער גאָלדשמיד געוואָרן באַגרענעצט. אין דער הלכה און אין דער גמרא שרײַבט מען אַ סך וועגן די דינים פֿון חנוכּה, אָבער ווייניק וועגן דער פֿאָרעם פֿונעם חנוכּה־לאָמפּ, איז געבליבן פֿרײַער די פֿאַנטאַזיע פֿונעם קינסטלער דור־דורות לגבי דעם חפֿץ.
פֿאָרשער פֿון ייִדישער קונסט האָבן באַמערקט, אַז די סטרוקטור פֿון די חנוכּה־לעמפּלעך אין אַלע תּקופֿות האָט אין זיך אײַנגעזאַפּט די אָרטיקע אַרכיטעקטור־פֿאָרמען. מע ווײַזט אָן, אַז אין אַ דרײַ־עקיקן חנוכּה־לעמפּל פֿונעם 14טן יאָרהונדערט אין פֿראַנקרײַך געפֿינט מען ענלעכקייטן צו די טיפּישע גאָטישע און ראָמאַנישע סטרוקטורן פֿון יענער צײַט. אַגבֿ האָט די דרײַ־עקיקע סטרוקטור פֿון חנוכּה־לעמפּלעך אָנגעהאַלטן נאָך דרײַ הונדערט יאָר. אין די חנוכּה־לעמפּלעך פֿון שפּאַניע מיט טויזנט יאָר צוריק, זעט מען אַרכיטעקטורישע פּרטים, וואָס מע זעט געוויינטלעך אין דער מורינישער אַרכיטעקטור פֿונעם לאַנד. אין איין חנוכּה־לעמפּל פֿון דרום־איטאַליע, וואָס געפֿינט זיך אין דער זאַמלונג פֿון “טעמפּל־עמנואל” אין ניו־יאָרק, קען מען זען סיציליאַנער אַרכיטעקטור. אין דער צײַט פֿון דער רענעסאַנץ זענען די חנוכּה־לעמפּלעך געשאַפֿן געוואָרן אין אַ האַלבן קרײַז, און די זעלבע פֿאָרעם זעט מען אויך אין די ריזיקע קלויסטערס פֿון יענער צײַט. די פֿאָרעם פֿון חנוכּה־לעמפּלעך פֿון אוקראַיִנע שפּיגלט אָפּ די אַרכיטעקטור פֿון די ציבעלע־קופּאָלן אויף די אָרטיקע קלויסטערס.
בײַ די חנוכּה־לעמפּלעך פֿון די ייִדן אין די מוסולמענישע לענדער זעט מען אויך די השפּעה פֿון דער מוסולמענישער אַרכיטעקטור, וואָס מע געפֿינט אין די גאָר אַלטע מעטשעטן. אָבער די חנוכּה־לעמפּלעך וואָס זענען באַמאָלן געוואָרן מיט חיות און אַנדערע סימבאָלן, שפּיגלען אָפּ די טראַדיציעס וואָס קענען שטאַמען נאָר פֿון די ייִדישע מקורים.
די פֿאַרבינדונג צווישן דעם חנוכּה־לעמפּל מיט דער אַרכיטעקטור איז אַ נאַטירלעכע, ווײַל דאָס חנוכּה־לעמפּל, ווי אַ סימבאָל פֿון דער מנורה, דאַרף אויך באַטראַכט ווערן לגבי זײַן באַציִונג צו דעם בנין אַרום אים. קינסטלער פֿונעם חנוכּה־לעמפּל האָבן, זעט אויס, געפֿילט דאָס שײַכות, און אויף אַ סימבאָלישן אופֿן האָט דער קינסטלער צונויפֿגעבונדן זײַן שאַפֿונג מיטן אַמאָליקן בית־המיקדש.
געוויסע לעמפּלעך האָט מען געשאַפֿן אין דער פֿאָרעם פֿון אַ בויגן אין אַ בנין, און דאָס האָט אַ שײַכות מיט דער אַלטער טראַדיציע פֿון בויען אַ בויגן אָפּצומערקן אַ מיליטערישן נצחון, ווי ס‘איז געשען אין דער געשיכטע פֿון חנוכּה.
די מנורה איז דער באַליבסטער סימבאָל פֿון ייִדישן גײַסט און רעליגיע. די מנורה, ווי אַ סימבאָל, האָבן די אַרכעאָלאָגן געפֿונען אויף אוראַלטע טעפּ, צירונג, בילדער, מצבֿות סײַ אינעם מיטעלן מיזרח, סײַ אין אייראָפּע. אין אונדזערע טעג ווערט די מנורה אויך געניצט ווי אַ פּאָליטישער סימבאָל, און מע קען זי זען, ווי באַקאַנט, אויף דער עמבלעם פֿון מדינת־ישׂראל. דער געדאַנק הינטער דעם, איז וואָס די מנורה רעפּרעזענטירט דעם ווידעראויפֿלעב פֿונעם לאַנד, 2000 יאָר נאָך דעם ווי דער לעצטער פּרינץ פֿון די חשמונאָים האָט גענוצט די מנורה אויף זײַנע מטבעות, ווי אַ סימבאָל פֿון ייִדישער אומאָפּהענגיקייט.
אַז די מנורה האָט פֿאַרמאָגט זיבן צווײַגן איז נישט קיין צופֿאַל. דער נומער זיבן איז אַ ציפֿער, וואָס האָט משפּיע געווען אויפֿן גאַנצן לעבן־שטייגער פֿונעם מענטש און ייִד — זיבן טעג אין וואָך (שבת), זיבן וואָכן צווישן פּסח און שבֿועות, דאָס שמיטה־יאָר, אאַ״וו. די זיבן צווײַגן פֿון דער מנורה זענען גלײַך צו די קבליסטישע ספֿירות. די צווײַגן שטאַמען אַלע פֿון איין שורש, און דער מיטלסטער צווײַג איז דער שטאַרקסטער, דער וויכטיקסטער — ספֿירה תּפֿארת. דעם בוימל וואָס האַלט אונטער דאָס פֿײַער פֿון דער מנורה, האָבן די מקובלים אויסגעטײַטשט ווי דער אין־סוף, די נשמה וואָס שטראָמט דורך די ספֿירות.
אין יעדן דור וועט דאָס חנוכּה־לעמפּל באַקומען אַן אַנדער לבֿוש, אָבער די מנורה וועט אייביק בלײַבן די זעלבע.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO