לעקציע: די ראָלע פֿון ייִדיש בײַם „פּולין מוזיי‟ (מיט אוידיאָ)Lecture: The story of Yiddish at the Polin Museum (includes audio)
דער מוזיי איז דער ערשטער און דער איינציקער אויף דער וועלט, וווּ מע קען באַקומען דעם אוידיאָ־טור אויף ייִדיש.

אַן אויסשטעלונג פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, אין דער אויסשטעלונג, „אויף דער ייִדישער גאַס‟ בײַם פּולין־מוזיי Image by M. Starowieyska D. Golik / POLIN Museum of the History of Polish Jews
To hear this article, click here.
מאָנטיק, דעם 27סטן דעצעמבער וועט די פֿאָלקלאָריסטקע, ד״ר ברײַנדל קירשענבלאַט־גימבלעט, האַלטן אַ לעקציע אָנלײַן וועגן דעם ווי מע האָט אַרײַנגענומען ייִדיש ווי איינע פֿון די שפּראַכן פֿונעם „פּולין־מוזיי‟ אין וואַרשע.
די לעקציע, וואָס קירשענבלאַט־גימבלעט וועט האַלטן אויף ענגליש, איז אַ טייל פֿונעם וואָך־לאַנגן פֿעסטיוואַל, „ייִדיש ניו־יאָרק‟, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 15סטן ביזן 30סטן דעצעמבער 2021.
דער מוזיי איז פֿאַקטיש דער ערשטער און דער איינציקער וווּ מע קען באַקומען דעם אוידיאָ־טור אויף ייִדיש. אַפֿילו די אָנגעזעענע מוזייען לזכר דעם חורבן, ווי „יד-ושם‟ און דער וואַשינגטאָנער חורבן־מוזיי, גיבן נישט אַזאַ ברירה. בײַ „יד־ושם‟, למשל, קען מען הערן דעם אוידיאָ־טור אויף צען שפּראַכן: העברעיִש, ענגליש, אַראַביש, פֿראַנצייזיש, דײַטשיש, שפּאַניש, רוסיש, פּאָרטוגעזיש, פּויליש און כינעזיש — אָבער נישט אויף ייִדיש, וואָס איז געווען די רעדשפּראַך פֿונעם גרעסטן טייל פֿון די זעקס מיליאָן קרבנות פֿונעם חורבן.

אַן אויסשטעלונג פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, אין דער אויסשטעלונג, „אויף דער ייִדישער גאַס‟ בײַם פּולין־מוזיי Image by M. Starowieyska D. Golik / POLIN Museum of the History of Polish Jews
דער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן גיט דעם טור אויף פֿערצן לשונות, אַרײַנגערעכנט אונגעריש, יאַפּאַניש, קאָרעאַניש, איטאַליעניש, טערקיש און אינדאָנעזישע — אָבער נישט אויף ייִדיש.
נאָך מיט יאָרן צוריק האָט די פּעדאַגאָגין געלע שווייד־פֿישמאַן ז״ל מיר דערציילט אַז זי האָט זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ „יד ושם‟, צי מע קען אפֿשר צוגעבן די אונטערקעפּלעך בײַ יעדן עקספּאָנאַט נישט בלויז אויף העברעיִש און ענגליש, נאָר אויף ייִדיש אויך, נעמענדיק אין באַטראַכט די קאַטאַסטראָפֿע וואָס די שפּראַך האָט געליטן צוליב דעם גענאָציד. האָט דער אדמיניסטראַטאָר איר געענטפֿערט, אַז אַזאַ שריט איז נישט נייטיק ווײַל כּמעט אַלע ייִדיש־רעדער אויף דער וועלט קענען אויך ענגליש אָדער העברעיִש.
ס׳איז קלאָר אַז דער אַדמיניסטראַטאָר האָט נישט פֿאַרשטאַנען שווייד־פֿישמאַנס כּוונה. דאָס אַרײַנשטעלן ייִדישע אונטערקעפּלעך וואָלט, אַוודאי, נישט געווען צוליב פּראַקטישקייט, נאָר צוליב דעם געוואַלדיקן סימבאָליזם פֿון ניצן אַ לשון וואָס די דײַטשן האָבן מיט אַזאַ רציחה געפּרוּווט אויסראָטן.
די לעקציע וועט פֿאָרקומען נײַן אַ זייגער אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.