Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ניין, איך וועל נישט שלאָגן מײַנע קינדער!Sorry, I’m not going to spank my children!

אונדז קינדער האט מען געלערנט אז עלטערן שלאגן אונדז ווייל זיי האבן אונדז ליב, און זיי ווילן מיר זאלן אויפוואקסן ערליכע גאטס-פארכטיגע אידן.

(דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש)

אויפ’ן טאג פון מיין בת מצווה, האט מיר מיין מאמע געגעבן א הערליכע מתנה, מיין ערשטע האנטזייגער. איך ווייס נישט וואס איך האב בעסער ליב געהאט, די עלעגאנטע און דערוואקסענע דעזײן, אדער דאס וואס זי האט געטראכט פון מיר און מיר באגליקט מיט אזא טייערן געשאנק, לכבוד דעם נייעם שטאפל אין מיין לעבן.

אינ’ם חסידישן דערפל וואו איך בין אויפגעוואקסן, ביי די טאשער חסידים, האט מען נישט געטארט פייערן דעם געבורטס-טאג מיט א פארטי, און פאר מיידלעך האט מען אוודאי נישט געפראוועט קיין בת מצווה. ס’איז געווען א גרויסע יחוס פאר מיר אז פון יעצט אן וועל איך דארפן פאסטן יום כיפור, ווייל דאס האט מיר געמאכט פילן ווי איך בין שוין מער נישט א קליין קינד.

נאך א גוטע זאך האט פאסירט ווען איך בין געווארן צוועלף יאר אלט: מיינע עלטערן האבן מיר געלאזט וויסן אז היות איך בין שוין דערוואקסן וועלן זיי מיר מער נישט שלאגן. מיינע עלטערן זענען גאר איידעלע מענטשן. זיי פלעגן מיר צומאל דערלאנגען א פאטש אבער איך האב אלעמאל געוואוסט אז דאס איז מיט א גוטע כוונה, ווייל מיין לערערין האט אונדז שוין אויסגעלערנט יונגערהייט אז שלמה המלך, דער גרעסטער חכם אויף דער וועלט, האט געזאגט: „חושך שבטו שונא בנו — דער טאטע וואס האלט צוריק דעם שטעקן פון זיין קינד, מיינט עס אז ער האט פיינט זיין קינד.‟ און זי האט אונדז מסביר געווען אז אונזערע עלטערן שלאגן אונדז ווייל זיי האבן אונדז ליב, און זיי ווילן מיר זאלן אויפוואקסן ערליכע גאטס-פארכטיגע אידן. זי האט אויך צוגעלייגט אז אויב שלאגט מען נישט די קינדער וועלן זיי אויפוואקסן ווי ווילדע חיות.

יארן שפעטער, ווען איך בין שוין אליין געווען א מאמע פון א פאר קינדער, איז מיין מאן אהיימגעקומען איין אוונט מיט אן אינטערעסאנטער המצאה: אזויווי אונדזער עלטסטער זון חיים’ל איז שוין דריי יאר אלט, און מיר הייבן אים שוין אן מחנך צו זיין צו מאכן ברכות און נישט אנצורירן מוקצא אום שבת, איז זייער וויכטיג מיר זאלן דאס טון נאר מיט ווייכקייט, אן דעם וואס מ’זאל אים שלאגן.

איך האב אים אנגעקוקט ווי ער איז אראפגעפאלן פון דער לבנה. איך האב נישט געקענט פארשטיין וואס ער וויל פון מיר? וויאזוי קען ער דערווארטן איך זאל מחנך זיין די קינדער מיט ערליכקייט און יראת שמים אן דעם וואס מען זאל זיי שלאגן ווען זיי פאלגן נישט? איך קען נישט איינשטעלן זייערע יונגע נשמות און נעמען א ריזיקע אז צוליב מיר זאלן זיי אויפוואקסן פראסט! איך האב באלד אפגעווארפן זיין פארשלאג.

אין מיין מוח האט עס אויסגעקוקט ווי א „ווילד פרעמדער געדאנק‟ און ווען ער האט מיר מסביר געווען אז יעדע קינד דארף האבן א גוטע קינדהייט, האב איך אים געפרעגט: „פארוואס? דער עיקר איז דאך נישט הנאה צו האבן אויף דער וועלט, די וויכטיגסטע זאך איז דאך אז אונדזער זון זאל וואקסן א תלמיד חכם און א בעל מידות, נישט אזוי?‟

דער ענין, אויפציען קינדער, איז מיר תמיד געווען א חשובע זאך. אט איז א ליד וועגן דעם וואס איך האב אנגעשריבן מיט יארן צוריק, ווען איך בין נאך געווען אין טאש:

נאך א מזל וואס מיין מאן האט פארשטאנען אז מיר האבן ביידע א טיפע ליבשאפט פאר אונדזערע קינדער. דער חילוק איז נאר אז זיין רעאקציע צום אחריות וואס ליגט אויף אים האט זיך אויסגעשפילט זייער אנדערש ווי מיינס. א גאר געדולדיגער, האט ער זיך קיינמאל נישט אויפגערעגט אויף מיר ווען איך האב אים אפגעווארפן מיט מיינע פאנאטישע פחדים. ער האט גוט פארשטאנען פון וואנען ס’קומט און פרובירט מיט רחמנות מיר צו דערקלערן און עפענען די אויגן.

דאס וואס איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו איך האב אייביג געקענט געטרויען מיינע עלטערן — אז זיי ווילן דאס בעסטע פאר מיר — האט מיר געגעבן א בלינדן צוטרוי, צו גלייבן מיט א תמימות אלץ וואס מ’האט מיר געלערנט.

מיין מאן דאגעגן האט געהאט א טראומאטישע קינדהייט און ער האט נאך ווי א גאר יונג קינד זיך געמוזט שטעלן אויף די אייגענע פיס. דערפאר איז ער איז געווען פעסט אנטשלאסן אז אלס טאטע וועט ער טון וואס נאר ער קען צו באשיצן אונדזערע קינדער פון די פיזישע און גייסטיקע יסורים וואס ער איז דורכגעגאנגען. זיין חלום איז געווען זיי צו געבן אלץ וואס ער האט קיינמאל נישט געהאט.

lowen family

די משפּחה לאָוען הײַנט

איך האב געציטערט זיך אוועקצורירן א זיז כל שהוא, אפילו מיט א האר, פון דער מסורה וואס איך האב געזען ביי מיינע עלטערן אין שטוב. ס’איז געווען אזוי טיף איינגעבאקן אין מיר, אז כ’האב געגלייבט אז דאס איז דער איינציגסטער וועג צו פארזיכערן מיין הצלחה אין לעבן. ס’האט מיר געארט אז מיין מאן וויל טוישן דעם סטאטוס־קווא און איך האב מורא געהאט פון די תוצאות. ווער ווייסט? אפשר זענען מיינע לערערינס געווען גערעכט ווען זיי האבן אונדז געווארנט אז מ’וועט זיך נאך רייסן די האר פון קאפ פון צער און חרטה אויב האט מען זיך געוואגט זיך אפצונייגן פונ’ם „אויסגעטראטענעם וועג‟…

קיינמאל האט אבער מיין מאן נישט אויפגעגעבן האפענונג צו פארווירקליכן זיין חלום. א יעדע מאל וואס איך האב זיך קעגנגעשטעלט און געזאגט ניין אויף איינעם פון זיינע פארשלאגן האט ער עס נישט אויפגענומען ווי אן ענדגילטיגע זאך אז ס’קען בשום אופן נישט פאסירן – פארקערט גאר! זיין מוח טייטשט אויס א ניין ווי א נסיון. מיין „ניין‟ האט ביי אים פשוט געמיינט אז „ניין, דער צוגאנג קען נישט ארבעטן. אויב איך וויל דורכקומען צו איר, וועל איך מוזן טרעפן אן אנדער וועג.‟

און אוודאי, האט אין אים אזוי געברענט זיין שאיפה – אפצוהיטן אונדזערע קינדער פון אלעם בייז, אז ער האט אלעמאל געטראפן אן אנדער וועג. דאס וואס ער איז א גרויסער תלמיד חכם איז אים גאר גוט צוניץ געקומען. ער האט מיר געוויזן אין די ספרים ווי גדולים האבן נישט נאר געהאלטן אז מ’זאל נישט שלאגן די קינדער, אבער זיי זאגן נאך א סך שארפער. יעדער באזעסענער גדול האט אויסגעטייטשט שלמה’ס משלי ווי א מעטאפאר אז מען דארף געבן א קינד דיסציפלין, ווייל קינדער זענען אנגעוויזן אין די עלטערן, אפהענגיק פון זיי, זאלן זיי מיט ליבשאפט לערנען וואס מ’טאר נישט טון – זיי זאלן זיך נישט פילן ווי הפקר.

אבער מיר האט א סך מער איבערראשט צו זען וואס ער האט מיר אנגעצייכנט פונ’ם „מוסר ספר שמחת הנפש‟ און פונ’ם „ספר סדר היום‟! ביידע זאגן אז מ’דארף צעפיעשטשען די קינדער! ווייל ווען די קינדער זענען קליין ווערט ביי זיי געפארעמט זייער פערזענליכקייט. און אויב מאכט מען זייער קינדהייט באקוועם און איינגענעם וועט דאס האבן א גוטע השפעה איף די רעשט פון זייער לעבן! וואס מער מען באציט זיך צו זיי מיט ליבשאפט און גוטסקייט אלץ מער געבט מען זיי די מעגליכקייט אויפצווואקסן גוטע מענטשן.

וויבאלד ער האט מיר דאס געוויזן פון די הייליגע ספרים האב איך זיך בארויִקט און אפגעאטעמט. דאס וואס איך האב גדולים אויף וועמען זיך סומך צו זיין – אז ס’איז א ריכטיגער מהלך, האט מיר זייער דערפרייט. איך האב אוודאי געוואלט טון וואס פילט גוט פאר אונדזערע קינדער, און יעצט אז איך ווייס אז איך מעג, קען איך זיך פארלאזן אויפ’ן באשעפער אז נאר גוטס וועט ארויסקומען פון דעם.

ס’איז אבער געווען ביטער שווער. ווייל אין א ביבליאטעק איז געווען פארבאטן פאר אונדז, חסידים, אריינצוטרעטן. און איך האב נישט געהאט וועמען צו פרעגן פאר הדרכה אדער וואו צו לייענען גוטע עצות וויאזוי מ’קען דערציען קינדער, און זיי דיסציפלינירן אויף א פאזיטיוון אופן.

ווען מיינע עלטערן האבן געהערט אז איך בין מחנך מיינע קינדער אן זיי צו שלאגן, האבן זיי נישט רעאגירט און איך האב געוואוסט זיי זענען באזארגט. אבער כ’האב געהאט די דרייסטקייט, בפרט נאכדעם וואס מיין מאן האט מיר דערציילט אז ר’ יענקעלע דער פשעווארסקער רבי, האט געזאגט: „לויט’ן חובת הלבבות קומט אויס אז א מענטש וואס שלאגט זיין אייגן קינד איז נאך מער אכזריות’דיג ווי ווען ער שלאגט א פרעמד קינד. ווייל דאס פרעמד קינד קען לויפן צו זיינע עלטערן זיי זאלן אים באשיצן, אבער דיין אייגן קינד האט נאר דיר! און אויב דו שלאגסט אים האט ער נישט ווער ס’זאל אים באשיצן.‟

איך האב געמאכט א סך שווערע טעותים ביז איך האב ענדליך געטראפן א גוטן וועג מחנך צו זיין מיינע קינדער, אבער נאך יארן וואס איך האב זיך אויפגעגעסן דאס הארץ מיט חרטה אויף דעם, האבן די זכרונות פון מיינע קינדעריארן מיר א סך געהאלפן זיך צו בארויִקן און זיך צום סוף קענען זיך אליין מוחל זיין.


שפֿרה לאָווען העלפֿט חסידישע משפּחות וואָס ווילן פֿאַרגרינגערן זייער לעבן. מען קען זי טרעפֿן אויף אינסטאַגראַם דאָ: @yiddishe_ ווי אויך אויף איר יוטוב קאַנאַל, אויפֿן נאָמען: Clara Wasserstein

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.