פֿאָרווערטס וועט לאַנצירן בולעטין פֿאַר מענטשן וואָס לייענען נישט קיין ייִדישForverts to launch newsletter for people who don’t read Yiddish
דורך דער ווידעאָ־סעריע, „אַ ייִדיש וואָרט אַ טאָג‟, האָבן מיר אַנטדעקט אַ סך מענטשן וואָס קענען נישט קיין ייִדיש אָבער פֿילן אַ פֿאַרבינדונג צום לשון.

Graphic by Angelie Zaslavsky
במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם אַנדערטהאַלב יאָר, בשעת איך האָב גאַנצע טעג געאַרבעט פֿון דער היים, האָט זיך געמאַכט אַ גאָלדענע געלעגנהייט אָנצוקניפּן אַ באַציִונג מיט די פֿאָרווערטס־לייענער, ווי אויך מיט טויזנטער מענטשן אויף פֿייסבוק און יוטוב, דורכן שאַפֿן אַ ווידעאָ־סעריע פֿון 2־3־מינוטיקע ייִדיש־לעקציעס, „אַ ייִדיש וואָרט אַ טאָג‟.
אַ צאָל מענטשן האָבן זיך וואַרעם אָפּגערופֿן אויף די ווידעאָס, סײַ דורך פֿייסבוק סײַ דורך בליצפּאָסט. אַ טייל האָבן מיר דערציילט, אַז זיי געדענקען נאָך פֿון די קינדעריאָרן, ווי זייערע עלטערע קרובֿים האָבן געניצט אַ געוויס וואָרט אָדער אויסדרוק, צוגעבנדיק: „שוין 50 יאָר האָב איך דאָס נישט געהערט!‟
אַנדערע צוקוקער האָבן מיר אָנגעהויבן פֿאָרלייגן טעמעס אויף קומעדיקע קאַפּיטלען. און נאָך אַנדערע האָבן מיר געגעבן אַ פּסק פֿאַר וואָס איך האָב בײַ איינעם פֿון די קאַפּיטלען נישט דערמאָנט אַ געוויס וואָרט, ווי בײַם ווידעאָ וועגן דער טעמע, nonsense, וווּ אַ סך האָבן געטענהט, פֿאַר וואָס האָב איך אַרויסגעלאָזט דאָס וואָרט „נאַרישקייט‟. אויף יענער טענה האָב איך געענטפֿערט מיט אַ צווייטן קאַפּיטל: „נאַרישקייט‟.
ווי עס זאָל נישט זײַן, איז דער אָפּרוף אויף דער סעריע ביז איצט געווען אַזאַ באַגײַסטערטער (דורך יוטוב און פֿייסבוק צוזאַמען האָט מען דאָס שוין געזען מער ווי אַ מיליאָן מאָל), אַז מיר האָבן באַשלאָסן דאָס ווײַטער צו פּראָדוצירן. נעמענדיק אין באַטראַכט אַז ייִדיש רעדט מען שוין אַ טויזנט יאָר לאַנג, פֿעלט אונדז זיכער נישט קיין מאַטעריאַל!
מיר פֿרייען זיך צו זען ווי טיף איז די ליבשאַפֿט צו ייִדיש אַפֿילו בײַ מענטשן וואָס קענען זי נישט לייענען אָדער אַפֿילו פֿאַרשטיין. האָבן מיר באַשלאָסן אַרויסצוגעבן אַ נײַעם מין בולעטין (ניוסלעטער, בלע״ז), וואָס וועט — אַחוץ די געוויינטלעכע אַרטיקלען אויף ייִדיש — אויך אַרײַננעמען אַן ענגלישן טעקסט מיט לינקס צו כּלערליי זאַכן פֿאַר מענטשן וואָס קענען נישט קיין סך ייִדיש: ווידעאָס מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך פֿון נײַע און אַלטע ייִדישע לידער, קאָכפּראָגראַמען, אָנלײַן־אונטערנעמונגען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קולטור, ייִדישקורסן און ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ, ענגלישע איבערזעצונגען פֿון געקליבענע פֿאָרווערטס־אַרטיקלען.
דער בולעטין וועט אָנקומען אין אײַער בליצפּאָסט צוויי טעג אַ וואָך — זונטיק און מיטוואָך, ווײַל דאָס זענען די טעג וואָס ציִען צו די גרעסטע לייענער און צוקוקער.
אויב איר באַקומט שוין דעם פֿאָרווערטס־בולעטין, דאַרפֿט איר זיך נישט פֿאַרשרײַבן אויפֿן נײַעם. מיטוואָך, דעם 5טן יאַנואַר, וועט איר אויטאָמאַטיש אָנהייבן קריגן דעם באַנײַטן נוסח.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
