ווידעאָ: ייִנגעלע דערציילט וועגן משה רבינו מיטן סנה אויף ייִדישVIDEO: Toddler’s take on Moses and the burning bush – in Yiddish
דאָס צוויייאָריקע לייזערל גיט איבער זײַן אייגענעם קוקווינקל פֿון משה רבינוס ערשטן שמועס מיט גאָט (אונטערקעפּלעך אויף ייִדיש און ענגליש).

Image by Rukhl Schaechter
Sign up for the Yiddish Brief, a newsletter in English about what’s happening in the Yiddish world today, brought to you weekly by our Forverts editor Rukhl Schaechter.
כּדי צו זען די אונטערקעפּלעך אויף ייִדיש, גיט אַ קוועטש אויף Settings (דאָס בילד פֿונעם רעדעלע), דערנאָך אויף Subtitles, דערנאָך אויף ייִדיש.
צו זען אונטערקעפּלעך אויף ענגליש, דאַרף מען געבן אַ קוועטש אויף CC.
מײַן צוויייאָריק אייניקל, לייזערל, האָט שטאַרק ליב צו הערן חומש־מעשׂיות.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן זײַנע טאַטע־מאַמע, נפֿתּלי און יסכּה איידלמאַן, אים פֿאַרהערט און זיך געכאַפּט אַז ער האָט אַן אייגנאַרטיקן קוקווינקל פֿון משה רבינוס ערשטן שמועס מיט גאָט.