Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

װי די סאַטמערער האָבן אױפֿגעבױט אַ שטעטל אין אַמעריקעHow the Satmar Hasidim Built a Shtetl in America

די סאַטמערער שיטה איז בעצם אַן אַמעריקאַנער פֿענאָמען, טיף אײַנגעװאָרצלט אין דער טראַדיציע פֿון רעליגיעזער קהילה–אױטאָנאָמיע

אײנער פֿון די ערשטע אַמעריקאַנער ייִדישע ראָמאַנען, „אָרע די באָרד‟ פֿון לעאָן קאָברין, האָט געהאַט אַזאַ אונטערקעפּל: „ראָמאַן אױס דעם לעבן פֿון ייִדישע אימיגראַנטן, װאָס האָבן אױפֿגעבױט אַ נײַע שטאָט אין אַמעריקע‟. דער דאָזיקער ראָמאַן איז אַרױס אינעם פֿאַרלאַג פֿון „פֿאָרװערטס‟ אין 1918 און האָט דערצײלט װי ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד האָבן פֿאַרװאַנדלט בראָנזװיל פֿון אַ דאָרף אין אַ שטעטל. זײער כּװנה איז ניט געװען אױפֿצובױען דװקא אַ ייִדיש שטעטל. זײ האָבן זיך פּשוט צוגעכאַפּט צו אַ נײַעם געשעפֿט אין ניו–יאָרק — „ריל-עסטײט‟, װאָס איז טאַקע געװאָרן אַ פּאָפּולערע פּראָפֿעסיע בײַ ייִדישע אונטערנעמער.

צו שאַפֿן אַן אײגענעם הײמישן ייִשובֿ אױף די װײַטע אַמעריקאַנער שטחים איז געװען אַ חלום בײַ פֿאַרשײדענע רעליגיעזע באַװעגונגען און גרופּעס. אָבער לױט די אַמעריקאַנער געזעצן מוז אַ ייִשובֿ זײַן אָפֿן פֿאַר נײַע תּושבֿים אומאָפּהענגיק פֿון זײער ראַסע, אָפּשטאַם אָדער אמונה. װי אַזױ זשע האָבן די חסידים געקענט אױפֿבױען זײערע שטעטלעך, אַזעלכע װי קרית–יואל און נײַ–סקװער אין דעם שטאַט ניו–יאָרק? דער דאָזיקער קאָמפּליצירטער פּראָצעס װערט פּרטימדיק באַהאַנדלט אינעם נײַעם בוך „אַמעריקאַנער שטעטל: דאָס שאַפֿן קרית–יואל, אַ חסידישע דאָרף אין אײבערשטאַט ניו–יאָרק‟ פֿון די פּראָפֿעסאָרן נעמי סטאָלצענבערג און דוד מײַערס.

דער אַרגומענט פֿונעם בוך מעג אױסזען אַ ביסל פּאַראַדאָקסאַל. די מחברים טענהן, אַז דאָס חסידישע שטעטל קרית–יואל איז אַ סאַמעראָדנער אַמעריקאַנער פֿענאָמען, װאָס װאָלט ניט געװען מעגלעך אין מזרח–אײראָפּע. אין דער רומענישער שטאָט סאַטמער, דער הײמשטאָט פֿון דער סאַטמערער שיטה פֿון חסידות, זײַנען ייִדן װײַט ניט געווען קײן מערהײט פֿון דער באַפֿעלקערונג, און װײַט ניט אַלע ייִדן זײַנען געװען חסידים. דער חסידישער אימאַזש פֿונעם שטעטל װי אַ ייִשובֿ, װוּ אַלע תּושבֿים זײַנען ייִדן און אַלע ייִדן זײַנען פֿרום, איז אַן אַמעריקאַנער פֿאַנטאַזיע, אַ פּועל–יוצא פֿון דער נאָסטאַלגישער בענקשאַפֿט נאָך דער אַלטער הײם, װאָס איז מער ניטאָ.

ס׳איז אָבער אַ װײַטער מהלך פֿון אַ פֿאַנטאַזיע צו דער װירקלעכקײט. די מחברים דערקלערן פּרטימדיק װי אַזױ אַ קלײנע גרופּע אונגערישע ייִדישע פּליטים מיט ר׳ יואל טײטלבױם בראָש האָבן מקײם געװען זײער חלום און אױפֿגעבױט אײנע פֿון די גרעסטע און שטאַרקסטע חסידישע עדות אין דער הײַנטיקער װעלט.

היסטאָריש איז סאַטמער ניט געװען קײן חסידישער צענטער. דער גרינדער פֿון דער שיטה איז געװען ר׳ טײטלבױם, װאָס איז געװאָרן דער רבֿ פֿון דער שטאָט אין 1934. זײַן װעלטבאַנעם איז געװען עקסטרע קאָנסערװאַטיװ, און דער סימן–מובֿהק פֿון זײַן סטיל — מחלוקות. אַ דם–שׂונא פֿון ציוניזם, האָט ער געהאַלטן, אַז דװקא דער ציוניסטישער פּראָיעקט פֿון אױפֿבױען אַ ייִדישע מלוכה אין ארץ–ישׂראל מיט די אײגענע הענט איז געװען דער גורם פֿון אַלע מאָדערנע ייִדישע צרות, דער חורבן בתוכם.

הרבֿ טײטלבױם איז ניצול געװאָרן פֿונעם חורבן על-פּי נס, אָבער דאָס רובֿ חסידים זײַנע זײַנען אומגעקומען אין 1944, װען די דײַטשן האָבן דעפּאָרטירט ייִדן פֿון טראַנסילװאַניע קײן אױשװיץ און אַנדערע טױטלאַגערן. די ביטערע איראָניע פֿון הרבֿ טײטלבױמס רעטונג באַשטײט אין דעם, װאָס דאָס איז געװען אַ פּעולה פֿונעם ציוניסט רודאָלף קאַסטנער, װעלכער האָט געמאַכט אַ משׂא–ומתּן מיט אַדאָלף אײַכמאַן כּדי אַרױסצופֿירן חשובֿע אונגאַרישע ייִדן אין דער שװייץ.

נאָך דער מלחמה האָט מען באַשולדיקט קאַסטנער און מיטאַרבעטן מיט די נאַציסטן און ער איז דערשאָסן געװאָרן אין תּל-אָבֿיבֿ. אַזױ װי די אַנדערע חסידישע רביים, ר׳ מנחם-מענדל שניאורסאָן פֿון חב״ד און ר׳ יעקבֿ יוסף טװערסקי פֿון סקװירע, האָט זיך הרבֿ טײטלבױם אונטערגענומען אױפֿצובױען זײַן עדה פֿון דאָס נײַ. דער ערשטער סאַטמערער צענטער איז געװען אין װיליאַמסבורג, דער געגנט פֿון ברוקלין אױף יענער זײַט איסט–ריװער. אָבער מיט דער צײַט האָט ער באַשלאָסן, אַז ניו–יאָרק איז צו װעלטלעך און זײַנע יחידי-סגולה האָבן גענומען זוכן אַן אָרט, װוּ מען װאָלט געקאָנט אױפֿבױען אַן אײגן שטעטל, ענלעך צו נײַ–סקװירע (ניו–סקװער) פֿון די סקװירער חסידים.

סטאָלצענבערג און מײַערס האָבן געװידמעט דאָס רובֿ פֿון זײער בוך דעם גאָר פּינקטלעכן באַריכט פֿון יורידישע פּיטשעװקעס אין שײַכות מיט כּלערלײ לעגאַלע סיכסוכים אַרום דעם געשעפֿט. דער דאָזיקער באַריכט מעג זײַן אינטערעסאַנט פֿאַר אַ יוריסט אָבער אַ לײענער פֿון אַ גאַנץ יאָר קען דאָ דערטרונקען װערן אין קלײניקײטן. מער אינטערעסאַנט און לעבעדיק איז די געשיכטע פֿון אינעװײניקע מלחמות אין דער סאַטמערער סבֿיבֿה, װאָס האָבן זיך אָנגעהױבן נאָך ר׳ יואלס פּטירה אין 1979 און קומען פֿאָר עד–היום. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דװקא די דאָזיקע מחלוקות, װאָס פֿירן צומאָל צו בלוטיקע געשלעגן צװישן פֿאַרשײדענע גרופּעס, דינען װי אַ טרײַבקראַפֿט פֿון חסידי–סאַטמער. „מחלוקות זײַנען געװען אַ טײל פֿון דעם לעבן פֿון דער משפּחח טײטלבױם זינט דעם 19טן יאָרהונדערט‟ און זײ זײַנען דער סימן–מובֿהק פֿונעם סאַטמערער „פֿירמע–צײכן‟, שרײַבן די מחברים.

די מחלוקות צװישן די אָנהענגער פֿון ר׳ אַהרן און ר׳ זלמן האָבן גורם געװען אַ היפּשע צאָל יורידישע אָנקלאָגן אין אַמעריקאַנער געריכטן, װאָס האָבן אַנטפּלעקט געװיסע פּראָבלעמאַטישע אַספּעקטן אינעם אַמעריקאַנער פּרינציפּ פֿון צעטײלן רעליגיע און מלוכה. עס איז מערקװירדיק, װאָס די סאַמע פֿרימסטע שיטות אין אַמעריקאַנער ייִדנטום לאָדן איינער דעם צווייטן דװקא אינעם אַמעריקאַנער געריכט און ניט בײַ אַ בית־דין. די סיבה, װי עס דערקלערן די מחברים, איז דאָס, װאָס די צװײ צדדים האָבן מער צוטרױ צו דעם אַמעריקאַנער געריכט אײדער צו דעם בית–דין. דאָס איז אַ באַװײַז, אַז סאַטמער װערט אַלץ טיפֿער אַרײַנגעטאָן אינעם אַמעריקאַנער לעגאַלער און פּאָליטישער סיסטעם.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Explore

    Most Popular

    In Case You Missed It

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.