Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דוד פֿראַמס פּאָעזיע האָט אָפּגעשפּיגלט סײַ ליטע סײַ דרום–אַפֿריקעDavid Fram’s poetry reflected both Lithuania and South Africa

אין זײַנע לידער הערט מען די בענקשאַפֿט נאָך דער ליטװישער הײם, דעם טרױער נאָכן חורבן און די אַנטציקונג פֿון די אַפֿריקאַנער לאַנדשאַפֿטן.

Hazel Frankel

Holocaust and Home: The Poetry of David Fram from Lithuania to South Africa

Legenda Publishers, 230 pp.


דוד פֿראַמס לידער זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן „אין אַ קריטישער תּקופֿה פֿון דער װעלט–געשיכטע: פֿאַר, בעת און נאָך דער צװײטער װעלט–מלחמה,‟ שרײַבט ד״ר העזעל פֿרענקעל אין איר שטודיע „דער חורבן און די הײם: דוד פֿראַמס דיכטונג פֿון ליטע ביז דרום–אַפֿריקע‟.

בעת דער מלחמה איז פֿראַם געװען װײַט פֿון אײראָפּע, אָבער די חורבן–טעמע פֿאַרנעמט אַ װיכטיק אָרט אין זײַנע לידער. געבױרן אין 1903 אינעם שטעטל קראַקינאָװע לעבן פּאָנעװעזש אין ליטע, װאָס איז דעמאָלט געװען אַ טײל פֿון דער רוסישער אימפּעריע, האָט פֿראַם פֿאַרבראַכט זײַן יוגנט אין דער שטאָט סאַמאַראַ אין רוסלאַנד און האָט זיך אומגעקערט קײן ליטע אין 1921, װען ליטע איז געװאָרן אַן אומאָפּהענגיקע רעפּובליק. ער האָט שטודירט אין דער ייִדישער גימנאַזיע אין װילקאָמיר און בײַ דעם באַקאַנטן ייִדישן לינגװיסט יודל מאַרק האָט פֿראַם זיך אױסגעלערנט „די פֿליסנדיקע ייִדישע שפּראַך‟. װי אַ היפּשער טײל ליטװישע ייִדן האָט ער עמיגרירט און אין 1927 זיך באַזעצט אין דרום-אַפֿריקע.

פֿראַם האָט אױסגעפּרוּװט פֿאַרשידענע פּרנסות. ער האָט געהאַנדלט מיט רפֿואות, טעפּעכער און דימענטן; געאַרבעט אױף אַ פֿאַרם און רעדאַקטירט ייִדישע צײַטשריפֿטן. פֿאַר און נאָך דער מלחמה האָט ער עטלעכע מאָל באַזוכט אײראָפּע, אָבער לרובֿ האָט ער געוווינט אין דרום–אַפֿריקע און געשטאָרבן אין יאָהאַנעסבורג אין 1988. פֿרענקעל טײלט אױס דרײַ הױפּטטעמעס אין זײַן פּאָעזיע: בענקשאַפֿט נאָך דער אַלטער הײם, דער חורבן, און די לאַנדשאַפֿטן און תּושבֿים פֿון דרום–אַפֿריקע. אין פֿראַמס לידער לאָזן זיך דערקענען מאָטיװן פֿון דער ייִדישער און רוסישער פּאָעזיע, װאָס ער האָט געקענט גאַנץ גוט. דערבײַ אָבער דערפֿילט מען אין זײַן פּאָעטישן קול אַן אײגנאַרטיקן דרום–אַפֿריקאַנער קלאַנג. פֿרענקעל דערקענט אין פֿראַמס פּאָעטיק די השפּעה פֿון אַנדערע פּאָעטן ווי דוד אײנהאָרן, לײב נײַדוס, דוד האָפֿשטײן און משה קולבאַק. מען קען אױך צוגעבן סערגײ יעסענין, דעם פּאָעט פֿונעם רוסישן דאָרפֿישן לעבן.

פֿרענקעלס בוך באַטראַכט פֿראַמס פּאָעטישע ירושה פֿון צװײ שטאַנדפּונקטן, דעם טעמאַטישן און דעם כראָנאָלאָגישן. זי האַלט, אַז פֿראַם האָט ניט געהערט צו װאָסער ניט איז ליטעראַרישער שיטה אָדער שול. ער איז געװען אַ יחיד-במינו צוליב זײַן לעבן–דערפֿאַרונג װי אַ נע-ונד צװישן לענדער און קאָנטינענטן. ייִדיש איז בײַ אים געװען די שפּראַך פֿון בענקשאַפֿט און טרױער, אָבער אױך אַ כּלי פֿאַרן אױפֿבױען אַ פֿאַרבינדונג מיטן נײַעם לאַנד. ער איז געװען פֿאַרכּישופֿט פֿון די זוניקע אַפֿריקאַנער לאַנדשאַפֿטן און זײערע עקזאָטישע תּושבֿים, אָבער אַפֿילו די סאַמע העלע אימאַזשן און געשטאַלטן טראָגן שאָטנס פֿון זײַן ליטװאַקישער מעלאַנכאָליע: „פֿון רוסישע רחבֿות צו אַפֿריקעס אומעט / פֿון װײַסע מדבריות און גלימיקע שנײען – / צו זוניקע װײַטן פֿון אײביקן זומער, / אָ, פֿילט מען זיך עלנט אין צװײען!‟ אין די דאָזיקע שורות הערט מען אַן איבערקלאַנג מיט דוד האָפֿשטײנס באַקאַנטן ליד: „אין װינטער–פֿאַרנאַכטן אױף רוסישע פֿעלדער! / װוּ קען מען זײַן עלנטער, װוּ קען מען זײַן עלנטער‟.

װי אַ ייִד אַ פּליט, װאָס איז אַנטלאָפֿן פֿון דער אַנטיסעמיטישער אײראָפּע, האָט פֿראַם אַ סימפּאַטיע צו די אײַנגעבױרענע תּושבֿים פֿון דרום–אַפֿריקע, און ער װענדט זיך צו זײ אױף מאַמע-לשון: „האָט קײן מורא און אַנטלױפֿט ניט פֿון מיר, שװאַרצע, / נישט דערשרעקט זיך פֿאַר דעם בלײַך פֿון מײַן געזיכט. / ס׳קלעמט אַ װײ אױך װי בײַ אײַך בײַ מיר אין האַרצן, / און איך װאַרט אַזױ װי איר אױף אײַער ליכט…‟ די לעצטע סטראָפֿע פֿונעם דאָזיקן ליד חזרט איבער די ערשטע, מיט אַ בײַט אין דער לעצטער שורה: „און איך װאַרט אַזױ װי איר אױף אונדזער ליכט.‟ אַזױ אַרום דינט דאָס ייִדישע װאָרט װי אַ בריק צװישן צװײ ביז גאָר פֿאַרשידענע עדות און קולטורן, װאָס האָבן אַן אײגענע דערפֿאַרונג פֿון רדיפֿות און דיסקרימינאַציע.

פֿרענקעל ברענגט פֿראַמס לידער אַרײַן אינעם ברײטן קולטורעלן קאָנטעקסט דורך אַ פֿאַרגלײַך מיט די װערק פֿון צװײ מער באַרימטע ליטװאַקישע פֿיגורן, דעם דיכטער אַבֿרהם סוצקעװער און דעם קינסטלער מאַרק שאַגאַל. אין פֿאַרגלײַך מיט סוצקעװערס דיכטונג וואָס איז אַ מין פּאָעטישער גבֿיות-עדות פֿון לעבן און טױט אינעם װילנער געטאָ, האָט פֿראַם, זײַענדיק אין דרום–אַפֿריקע, געפּרוּװט „זיך פּראָיעקטירן‟ אין דער מיט פֿונעם חורבן אין זײַן ליטװישער הײם, װוּ עס איז אומגעקומען זײַן משפּחה: „איך פֿיל, איך טראָג אױף זיך צוריק די געלע לאַטע, / פֿון װײַטן קנױלט זיך נאָך פֿון קאַלכן–אױװן דער רױך, / װוּ ס׳האָט זײַן לעצטן שמע–ישׂראל אױסגעלעבט מײַן טאַטע, / װוּ ס׳האָט מײַן מאַמע אױסגעהױכט איר לעצטן הױך‟.

פֿראַמס שעפֿערישע קרובֿהשאַפֿט מיט שאַגאַל איז באַװאָרצלט אין זײער בשותּפֿותדיקער ליבשאַפֿט צו דער הײמישער ערד און בענקשאַפֿט נאָך פּראָסטע האָרעפּאַשנע ייִדן: „איך בענק נאָך די ייִדן פֿון װעלדער, װי קופּערנע יאָדלעס פֿאַרפּעכט / װאָס שמעקן אין פֿריִיִקע ריחות פֿון שװאָמען און װאַרעמען מאָך.‟ סײַ שאַגאַל און סײַ פֿראַם באַטאָנען זײער פֿאַרבינדונג צו זײערע װאָרצלען עמאָציאָנעל, פּסיכאָלאָגיש און גײַסטלעך, פֿאַרסך–הכּלט פֿרענקעל.

דוד פֿראַם איז אײנער פֿון אַ קלײנער צאָל ייִדישע דיכטער און שרײַבער, װאָס האָבן זוכה געװען אַן ערנסטע ביאָגראַפֿישע שטודיע. עס קומט אַ ייִשר–כּח ד״ר העזעל פֿרענקעל פֿאַר איר װיכטיקן פֿאָרשערישן אױפֿטו, װאָס האָט אַװעקגעשטעלט דרום–אַפֿריקע אױף דער ייִדישער ליטעראַרישער מאַפּע און אַנטפּלעקט די פֿילזײַטיקע רײַכקײט פֿון פֿראַמס דיכטערישן כּוח–הדמיון.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.