דער ייִדישער און העברעיִשער שרײַבער משה סחר איז אַוועקYiddish and Hebrew writer Moshe Sachar has died

Image by Yiddish Book Center
משה סחר, דער ייִדישער און העברעיִשער שרײַבער און איבערזעצער איז געשטאָרבן דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, אַ טאָג נאָך זײַן 94סטן געבוירן־טאָג.
ער איז געווען דער מחבר פֿון צענדליקער ייִדישע זינגלידער וועלכע זענען אַרײַן אין ישׂראלדיקן רעפּערטואַר. ער האָט אויך אַרויסגעגעבן זיבן ביכער און איבערגעזעצט אַ סך ווערק פֿון ייִדיש אויף העברעיִש. ניט ווייניק ביכער — סײַ זײַנע, סײַ פֿון אַנדערע מחברים — זענען דערשינען מיט זײַנע חנעוודיקע אילוסטראַציעס.
טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער זכּרון איז זײַן בײַטראָג צו דער פּיעסע און פֿילם פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „קוני לעמל‟ מיט מײַק בורשטיין אין דער הויפּטראָלע, בפֿרט דאָס ליד „אם אני אנני אני, אויב איך בין נישט איך‟. דער פֿילם האָט שטאַרק אויסגענומען אין ישׂראל, און דור נאָך דור געניסן פֿון די לידער — סײַ דעם טעקסט סײַ די מוזיק — וואָס סחר האָט געשאַפֿן צו באַגלייטן די ווערק.
משה סחר איז געבוירן געוואָרן אין לאָדזש, 1928. אין 1947, איז ער געווען אַ מיטאַרבעטער בײַ דער פּובליקאַציע „אויפֿגאַנג‟. אין 1948 האָט ער געקעמפֿט אין דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקײט־מלחמה און זינט 1957 האָט ער געוווינט אין תּל־אַבֿיבֿ.
סחר האָט איבערגעזעצט אַ צאָל ווערק פֿון ייִדיש אויף העברעיִש און זוכה געווען צו אַ גרויסער הצלחה. ער האָט אויך געאַרבעט ווי אַ לערער פֿון קינדער און אַזוי איז ער געווען אין גאַנצן אײַנגעשאַפֿט אין דעם ישׂראלדיקן לעבנס-שטייגער. אין דעם זינען איז ער געווען אַ ביסל אַנדערש פֿון אַנדערע ייִדישע שרײַבער.
ער איז געווען אַן אָפֿטער אַרײַנגייער אין לייוויק-הויז, װאָס איז געוואָרן זײַן צווייטע היים און וווּ ער האָט געקאָנט זיך אויסלעבן אויף ייִדיש. אין דער ישׂראלדיקער קינסטלערישער געזעלשאַפֿט איז ער געוואָרן אַ שם־דבֿר צוליב זײַנע געלונגענע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע ווערק אויף העברעיִש, צווישן זיי — „גאָט פֿון נקמה‟ פֿון שלום אַש.
משה סחר איז אויך געװען אַן אײדעלער מענטש װאָס האָט זיך תּמיד מתנהג געווען צו אַנדערע מיט כּבֿוד. מיר וועלן בענקען נאָך אים און זײַן אײגנאַרטיקער שעפֿערישער פּערזענלעכקײט.
משה סחר האָט פֿאַראָבלט אַ זון גיאן און אַ טאָטער שושי, און עטלעכע אייניקלעך.
כּבֿוד זײַן אָנדענק. יהיה זכרו ברוך.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
