נײַער וועב־זשורנאַל פֿון ייִדישע ווערק מיט העברעיִשע איבערזעצונגעןNew online journal of Yiddish literature with Hebrew translations
אינעם ערשטן נומער קען מען לייענען אַ דערציילונג פֿון אסתּר קרייטמאַן און לידער פֿון ריקודה פּאָטאַש.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ס׳איז די טעג לאַנצירט געוואָרן אַ וועב–זשורנאַל, „איבערזעץ, דאָס אָרט פֿאַר ייִדיש אויף העברעיִש‟, געצילעוועט אויפֿן העברעיִש־רעדנדיקן עולם.
דער הויפּטצוועק פֿונעם זשורנאַל איז אַרויסצוגעבן נײַע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע ליטעראַרישע ווערק אויף העברעיִש, צוזאַמען מיט די אָריגינעלע ייִדישע טעקסטן, ווי אויך מאָלערײַען, פֿאָטאָגראַפֿיעס און קורצע ליטעראַראַרישע, היסטאָרישע און קולטורעלע עסייען.
צווישן די ווערק וואָס געפֿינען זיך אינעם ערשטן נומער זײַנען אַ דערציילונג פֿון אסתּר קרײַטמאַן און לידער פֿון ריקודה פּאָטאַש.
דער זשורנאַל ווערט רעדאַקטירט דורך פֿיר סטודענטן פֿון דער בשותּפֿותדיקער מאַגיסטער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש אין ישראל: וואַלערי מיכאלאָווסקי (העברעיִשן אוניווערסיטעט) און בצלאל שטראַוס, רפֿאל האַלף און יעווגעניע באַצעוויצקי (תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט). די בעל–יועצטע פֿונעם פּראָיעקט איז ד׳׳ר חנה פּאָלין–גלאי פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט.
דער פּראָיעקט ווערט געשטיצט דורך דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אין ישׂראל און דעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור א”נ יונה גאָלדריטש.
כּדי צו לייענען דעם ערשטן נומער, גיט אַ קוועטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
