אַ טשיקאַווע מתּנה פֿאַר קינדער לכּבֿוד פּסחAn adorable Passover present for kids
ווידעאָ: דער ישׂראלדיקער מעדיאַ־שטערן יענקל’ה קורנבליט דערקלערט אויף ייִדיש וואָס דאָס איז.

במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר האָט שטאַרק געשטיגן די צאָל קורצע ווידעאָס אויף ייִדיש, אַרויסגעלאָזט פֿון די חסידישע קרײַזן. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען פֿילמעלעך געמאַכט פֿון סתּם יחידים, נישט פֿאַרבונדן מיט קיין פֿירמע אָדער אָרגאַניזאַציע.
צוליב דעם וואָס די ווידעאָס זענען אָבער נישט אויף „יוטוב‟ איז נישט מעגלעך זיי אײַנצוגלידערן אין אַן אַרטיקל, ווי דער פֿאָרווערטס טוט מיט ס׳רובֿ ווידעאָס אויף דער וועבזײַט. דאַרפֿט איר פּשוט גיבן אַ קוועטש אויפֿן לינק.
אין דעם איצטיקן ווידעאָ, ווײַזט דער ישׂראלדיקער מעדיאַ־שטערן יענקל’ה קורנבליט אַ טשיקאַווע מתּנה פֿאַר קינדער לכּבֿוד פּסח וואָס ער האָט באַקומען פֿון אַמעריקע און דערבײַ דערקלערט ער אויף ייִדיש וואָס דאָס איז.