Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿאַר וואָס אַ העברעיִסטישע ישׂראל־פּאַרטיי האָט געשטיצט די ייִדישע פּרעסעHow a Hebraist Israeli party came to support the Yiddish press

„מפּאַי“ האָט געשטיצט נישט איינע, נאָר צוויי ייִדישע צײַטונגען.

דער אַרטיקל איז טייל פֿון אַ ריי מאַטעריאַלן וואָס מיר דרוקן אָפּ די וואָך לכּבֿוד יום־העצמאות.

____________

 

במשך פֿון די 1950ער יאָרן זענען אין ישׂראל געשאַפֿן געוואָרן בערך 100 ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן. אַ טייל האָבן געדויערט בלויז אַ קורצע צײַט אָבער אַנדערע זענען אַרויסגעלאָזט געוואָרן יאָרן, און אַפֿילו יאָרצענדליקער לאַנג. פֿון 1948 ביז 1970 זענען צווישן 20 און 30 ייִדישע צײַטונגען פּובליקירט געוואָרן יעדעס יאָר.

בלויז אַ קליינע צאָל פֿון די צײַטשריפֿטן זענען געווען אין פּריוואַטע הענט; די וויכטיקסטע פֿון זיי איז געווען די פּאָפּולערע טאָגצײַטונג, „לעצטע נײַעס‟ וואָס איז געבליבן אַקטיוו 50 יאָר לאַנג. ס’רובֿ פֿון די פּריוואַטע אייגנטימער זענען געווען נײַע עולים פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכע האָבן שוין פֿריִער געאַרבעט ווי זשורנאַליסטן אָדער צײַטונג־רעדאַקטאָרן און האָבן געוואָלט באַנײַען די פּובליקאַציע פֿון אַן עלטערער צײַטונג אין ישׂראל.

אַזוי איז געווען מיט דער צווייוואָכיקער צײַטשריפֿט „ייִדישע בילדער“, וואָס איז אַרויס אין אַ די־פּי־לאַגער אין מינכען, און די חודשלעכע „לעבנס־פֿראַגן“, אַרויסגעלאָזט פֿונעם ייִדישן אַרבעטער בונד.

עס זענען אויך געווען רעדאַקטאָרן פֿון פּריוואַטע העברעיִש צײַטונגען וואָס האָבן אַרויסגעלאָזט באַזונדערע אויפֿלאַגעס אויף ייִדיש כּדי צוצוציִען די נײַ־אָנגעקומענע פֿון מיזרח־אייראָפּע. איינע פֿון זיי איז געווען די וואָכנשריפֿט „וועלטשפּיגל“ — אַ ייִדישער נוסח פֿונעם סענסאַציאָנעלן אַנטי־עסטאַבלישמענט זשורנאַל, „העולם הזה“.

דער גרעסטער טייל פֿון די ייִדיש־שפּראַכיקע פּובליקאַציעס זענען אָבער נישט געווען קיין פּריוואַטע, נאָר זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך עפֿנטלעכע אינסטיטוציעס ווי דער הסתּדרות אָדער פּאָליטישע פּאַרטייען וואָס האָבן געזוכט קונים בײַ די ייִדיש־לייענענדיקע נײַע אימיגראַנטן. במשך פֿון די 1950ער זענען די ייִדיש־רעדער אין ישׂראל באַטראַכט געוואָרן ווי איבערגעגעבענע לייענער פֿון צײַטשריפֿטן, און דאָס איז געווען אַ צוצי פֿאַר פֿאַרלעגער וואָס האָבן געהאָפֿט פּאָליטיש אָדער פֿינאַנציעל צו געניסן דערפֿון.

אַוודאי, כּדי צו דערגרייכן יענעם עולם האָבן די צײַטונגען געדאַרפֿט זײַן פֿון אַ הויכער קוואַליטעט מיט אַ פֿאַרשידנאַרטיקן אינהאַלט, אַרײַנגערעכנט אַרטיקלען וועגן ליטעראַטור און קולטור. ס׳איז טאַקע טשיקאַווע וואָס יענע מענטשן און אָרגאַניזאַציעס וואָס זענען געווען אידעאָלאָגיש געשטימט קעגן ייִדיש האָבן דאָך געהאָלפֿן אַנטוויקלען אַ לעבעדיקע ייִדיש־שפּראַכיקע פּרעסע אין ישׂראל.

אַ סך פֿון די ערשטע ייִדישע צײַטונגען אין מדינת־ישׂראל זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך לינקע אָרגאַניזאַציעס וואָס האָבן נאָך אין אייראָפּע געשטיצט די ייִדישע פּרעסע. אין גיכן האָבן אָבער אויך די פֿירנדיקע פּאַרטייען שוין פֿאַרשטאַנען אַז די ייִדיש־לייענער באַטרעפֿן אַ געראָטענעם ציל פֿאַר זייער פּראָפּאַגאַנדע. די ערשטע פֿון זיי איז געווען די הערשנדיקע פּאַרטיי, „מפּאַי“.

דעם 7טן יאַנואַר 1949, נאָך פֿאַר דער גרינדונג פֿון „לעצטע נײַעס“, האָט „מפּאַי“ אַרויסגעלאָזט איר ערשטן נומער פֿון דער ייִדיש־שפּראַכיקער צײַטונג, „דאָס וואָרט“. דער טיטל איז געווען אַ פּינקטלעכע איבערזעצונג פֿון „דבֿר“ — דער נאָמען פֿון דער העברעיִשער צײַטונג פֿון „הסתּדרות“ וואָס אַלע האָבן געוווּסט אַז זי רעפּרעזענטירט „מפּאַי“.

דעם 25סטן יאַנואַר 1949 זענען פֿאָרגעקומען די ערשטע וואַלן פֿאַרן ישׂראלדיקן פּאַרלאַמענט (איידער ס׳איז געגרינדעט געוואָרן די כּנסת). „מפּאַי“, די שטאַרקסטע פּאָליטישע פּאַרטיי אין ארץ־ישׂראל און די רעגירנדיקע פּאַרטיי אין די ערשטע יאָרן פֿון דער מדינה, האָט געדאַרפֿט אַ פּלאַטפֿאָרמע צו פּריידיקן איר פּאָליטישע ליניע. „דאָס וואָרט“ האָט לכתּחילה געדאַרפֿט אויספֿילן די פֿונקציע אין יענע וואַלן. אין יעדן נומער פֿון דער צײַטונג איז געשטאַנען „הוצאה חד פעמית“ („איין־מאָליקע אויפֿלאַגע“) און לעבן דעם לאָגאָ איז געשטאַנען אַן אַלף — דער זעלבער אות וואָס מע האָט געזען אין די שטימצעטלעך פֿון „מפּאַי“.

נאָך די וואַלן איז „דאָס וואָרט“ כּמעט צוויי יאָר לאַנג ווײַטער אַרויסגעגאַנגען צוויי מאָל אַ וואָך, ווערנדיק צו־ביסלעך אַן אָנגענומענע ייִדישע צײַטונג. אין פֿעברואַר 1951 איז „דאָס וואָרט“ אויסגעברייטערט געוואָרן אויף זעקס זײַטן, באַגלייט מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס, און שוין אַרויסגעגאַנגען דרײַ מאָל אַ וואָך: מיטוואָך, דאָנערשטיק און פֿרײַטיק.

אין יאַנואַר 1952 האָט די צײַטונג אָנגעהויבן דרוקן אַ ראָמאַן אין המשכים — נאָך אַ סימן אַז זי איז געוואָרן אַ פֿולשטענדיקע ייִדישע צײַטונג. מיט דער צײַט האָט „מפּאַי“, וואָס האָט דעמאָלט געהאַט דעם גרעסטן כּוח אין דער רעגירונג און כּסדר געפּריידיקט דער מדינהס מיליטאַנטישע העברעיִסטישע ליניע, איז פֿאַקטיש געוואָרן די ערשטע מלוכישע קערפּערשאַפֿט אין ישׂראל אַרויסצוגעבן אַ ייִדישע צײַטונג.

דאָס איז אָבער נישט געווען דער סוף פֿון דער מעשׂה. אין 1953 האָט „מפּאַי“ באַשלאָסן צו פּובליקירן אַ צווייטע ייִדישע צײַטונג, „די צײַט“, וואָס איז אויך אַרויס דרײַ מאָל אַ וואָך. אין דער אמתן איז זי נישט אַפֿילו געווען אַ נײַע צײַטונג ווײַל זי איז אַרויסגעגאַנגען יעדן זונטיק, מאָנטיק און דינסטיק — פּונקט יענע טעג וואָס „דאָס וואָרט“ איז נישט אַרויסגעלאָזט געוואָרן. „דאָס וואָרט“ איז אַ פּנים פּשוט געווען אַ דערגאַנצונג פֿון „די צײַט“. במילא האָט „מפּאַי“ איצט פּובליקירט אַ פֿולשטענדיקע ייִדישע טאָגצײַטונג. אויף דער ערשטער זײַט האָט מען טאַקע געמאָלדן אַז „די צײַט“ און „דאָס וואָרט“ אין איינעם באַטרעפֿן איין טאָגצײַטונג, רעדאַקטירט פֿון דער זעלבער רעדאַקציע, מיט די זעלבע שרײַבער.

פֿונדעסטוועגן האָט „מפּאַי“ אַליין געפֿילט אַז דאָס איז נישט גענוג, בפֿרט אַז דער לעגענדאַרער רעדאַקטאָר און פֿאַרמאָגער פֿון „לעצטע נײַעס“, מרדכי צאַנין, האָט נישט אויפֿגעהערט צו קריטיקירן סײַ „מפּאַי“ סײַ דעם פּרעמיער דוד בן־גוריון. האָט „מפּאַי“ באַשלאָסן צו פּרוּוון שאַפֿן אַ מער ממשותדיקע ייִדישע צײַטונג אָבער זי האָט נישט באַוויזן צו געפֿינען אַ פּאַסיקן רעדאַקטאָר. דעריבער האָט די פּאַרטיי אין 1960 באַשלאָסן אָפּצוקויפֿן „לעצטע נײַעס“ פֿון צאַנינען און אים אָנהאַלטן ווי דער רעדאַקטאָר. הגם די קניה איז קיין מאָל נישט פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן האָט עס געמיינט אַז „מפּאַי“ האָט איצט פֿאַרמאָגט און אָנגעפֿירט מיט דער וויכטיקסטער ייִדיש־שפּראַכיקער צײַטונג אין מדינת־ישׂראל, און האָט עס געטאָן מער ווי 30 יאָר לאַנג.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.