Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי דער קאָקוסנוס האָט מיך דערמאָנט אין דער בארה של מריםHow coconuts reminded me of ‘Miriam’s Well’

ווי אַ קינד האָט די פֿרוכט בײַם מחבר אויסגעזען ממש ווי אַ האָריקע באַשעפֿעניש.

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.

אין די סיפורים פון חומש מיט זייערע אגדה׳ישע צוגאבן, דערמאנט מען די וואונדערליכע בארה של מרים — דעם שטיין אין מדבר סיני פון וועלכן משה רבינו האט ארויסגעבראכט וואסער אין זכות פון מרים הנביאה. די פאפולערע לעגענדע זאגט אז דער שטיין איז געווען א קיילעכיגער וואס האט זיך מיטגעקוילערט מיט די אידן אומעטום, און האט געברענגט וואסער פֿאר די דארשטיקע בני־ישראל. דאס איז עפעס אן אויסטערלישער נס אז א שטיין וואס איז נישט באהאפטן צו דער ערד זאל געבן וואסער.

גלויבערס אין דער אגדה גלייבן אויכעט אז דער לעגענדארער שטיין איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, אז עס האט זיך אריינגעקוילערט אינעם כנרת, און דארט געפינט עס זיך ביזן היינטיגן טאג און עס האט דעם כוח צו היילן פון כל מיני קרענק. פארצייטישע רייזנדע גיבן אפילו אנווייזונגען וויאזוי אנצוקומען אהין. זיי דערציילן אז שיפלער אינעם כנרת גיבן אכטונג נישט צו שווימען איבער א געוויסן ארט ווייל דארטן דערטרינקען זיך די שיפלעך — דארט איז דער ארט וואו דער בארה של מרים שטיין זאל ליגן באהאלטן.

אין שולחן ערוך שטייט אז אום מוצאי שבת צעשפרייטן זיך די וואסערן פונעם בארה של מרים שטיין איבער אלע וואסערן אין דער וועלט, און דערפאר איז א סגולה צו טרינקען פרישע וואסער אום מוצאי שבת. דאס איז פארשטייט זיך אן אמונה זאך און זיצט נישט דוקה אויף עפעס ראציאנאליטעט.

דער מהר״ל פון פראג, א היפשער ראציאנאליסט, צעווארפט דעם גאנצן „וואנדערדיגן“ בארה של מרים מיטאס. ער זאגט אז עס איז נישט איין ספעציעלער שטיין וואס האט זיך געקוילערט, נאר עס זענען געווען פארשידענע בארה של מרים’ס, וואו אימער די אידן זענען געגאנגען זענען געווען שטיינער וואס האבן געהאט אן עפענונג פון וואנען וואסער איז ארויסגעקומען.

עס איז דערפאר נישט קיין וואונדער אז דער קאקוסנוס „שטיין“ דערמאנט מיר אין דער בארה של מרים.

חמישה עשר בשבט אלס קינד, איז געווען צום ערשטן מאל וואס איך האב געזען דעם מאדנע־האריגן רונדיגן „שטיין‟ וואס הייסט אויף ענגליש קאקאנאט , און אויף יידיש — קאקאסנוס. מען האט מיר געזאגט אז דאס איז דער פרוכט פון וואס מען מאכט „קאקאנאט ספרינקלס‟ (שטרויזל). אאא, איך האב שוין געוואוסט דעם טעם פֿון קאקונאטס פון די „מארשמעלאס“ און די „ראמבאלס“. די קאקונאט אראמאט האט זיך דערשפירט וואונדערליך פאר מיר.

איך קוק אויף דעם פארשטיינערטן האריגן באשעפעניש, אפילו אויגעלעך קוקן ארויס. וואס האט עס צו דער וואונדערליכער אראמאטישער קאקאנאט „ספרינקלס“ פון די מארשמעלאוס און קרעמיש קוכנס פון די פארטיס און קדישים? וואונדער איך זיך. מיט א גרויסן האמער גיט איינער פון די באטייליגטע א קנאק. „צוערשט דארף מען ארויסנעמען די מילעך,‟ זאגט מען מיר. אזוי, אפילו מילעך גיט די מאדנע חיה?? „די מילעך איז זייער גוט און געזונט! עס קומט ארויס קריסטאל וואסער, און ענדליך זע איך א ווייסער שוואם ארום דעם אינווייניגסטן ווענטל פון וואנען די וואונדערליכער קאקוסניס שפרענקלעך ווערן צושטויסן נאכן עס טריקענען.

דער מאדנער האריגער קאקוסניס איז מיר געבליבן שטעקן אין קאפ ווי א מיסטעריע, עס איז פשוט אן איבערלעבעניש זיך צו באקענען מיט אים. וויאזוי למשל וואקסט אזא חיה אויף א בוים?!…

איין טאג זע איך אין א ספר אז עס זענען פאראן 4 מדרגות פון לעבן אין די בריאה: דער שטיין, געוויקס, חיה, און מענטש, און צווישן יעדער מדרגה איז פאראן א צווישנדיגע באשעפעניש: די מאלפע איז צווישן א מענטש און א חיה, דער קאָרעל — צווישן א געוואוקס און א שטיין, און דער קאקוסניס — צווישן א חיה און א געוויקס. און שוין איינמאל האט דער קאקוסניס אייגנשאפטן פון א חיה: עס האט האָר, עס גיט מילעך, עס האט פלייש, און זעט אויס טאקע ווי א מאלפע אז מען רעדט שוין. טייל רופן עס דערפאר די וואקסעדיגע מאלפע, פון דאנען נעמט זיך דער נאמען קוקוס, אין שפאניש — מאלפע. דער קאקוסניס איז אלזא אין צוגאב צו א ״שטיין״ און א געוואוקס, אויכעט א חיה, און טאקע א חיה וואס איז א האלבער מענטש — די מאלפע.

זייענדיג צום ערשטן מאל אין מעקסיקע האב איך זיך צום ערשטן מאל באקענט מיט דעם ״בריה״ פריש פון בוים מיט זיין פילן צויבער. קודם כל, אז עס איז פריש איז עס גרין, און די פלייש ארום דעם אינעווייניגסטן ווענטל איז ווייך און נאסליך ווי די פלייש פון ווייסע פיש. און די וואסער איז קריסטאל לויטער. אז די חברה דארטן אין די מארקן ווייסן וויאזוי צו עפענען אזא ״הארט ניסל״, ווייסן וויאזוי ארויסצוברענגען די וואסער מיט איין קלאפ אויפן שטיין, קומט עס ארויס ריין ווי פון א קוואל. וואס זאל איך זאגן, אז איך האב די וואסער געטרינקען האט זיך ביי מיר געוואלט אויסגעשרייען: „בארה של מרים! דערפרישנדע וואסער, ארויס פון א רונדיגן ״שטיין״ וואס וואקסט אויף די הויכע פאלמען בוימער אין די הייסע מדבריות, מיט זיין לייכטער איידעלער זיסקייט, דערקוויקנד ווי מים חיים פון גן עדן. דאס גיבט באמת דעם רושם ווי פלאות׳דיגע וואסער, ארויס פון א ניסים׳דיגער שטיין — א בארה של מרים.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.