ווידעאָ: ליפּא שמעלצער זינגט „וואָס איז נײַעס“VIDEO: Lipa Schmeltzer singing ‘Vos iz Neias’
דאָס ליד, געשאַפֿן פֿונעם פּאָפּשטערן, שפּיגלט אָפּ דעם אינטערעס בײַ מענטשן צו הערן כּסדר וואָס ס’טוט זיך אין זייער וועלטל.

Graphic by Angelie Zaslavsky
Sign up for the Yiddish Brief, a bissel of all things Yiddish, brought to you weekly by our Forverts editor Rukhl Schaechter.
בײַם אָנהייב פֿון דער קאָראָנע־פּאַנדעמיע האָט דער חסידישער פּאָפּשטערן ליפּא שמעלצער אַרויסגעלאָזט דאָס געראָטענע ליד „וואָס איז נײַעס“. אין דעם ליד באַשרײַבט ער די נײַגעריקייט וואָס ייִדן ווײַזן אַרויס זיך צו דערוויסן די לעצטע פּלאָטקעס און אַנדערע ידיעות פֿון זייערע קרײַזן און פֿון דער וועלט בכלל.
ווי זײַנע אַנדערע לידער, ווײַזט שמעלצער דאָ אַרויס אַן אמתן חוש פֿאַרן אופֿן ווי מענטשן פֿירן זיך און פֿאַרן לשון וואָס זיי ניצן. אויך די גראַמען זענען מלא־חן.
‘]