ווידעאָ: ליפּא שמעלצער זינגט „וואָס איז נײַעס“VIDEO: Lipa Schmeltzer singing ‘Vos iz Neias’

Photo by Forward
בײַם אָנהייב פֿון דער קאָראָנע־פּאַנדעמיע האָט דער חסידישער פּאָפּשטערן ליפּא שמעלצער אַרויסגעלאָזט דאָס געראָטענע ליד „וואָס איז נײַעס“. אין דעם ליד באַשרײַבט ער די נײַגעריקייט וואָס ייִדן ווײַזן אַרויס זיך צו דערוויסן די לעצטע פּלאָטקעס און אַנדערע ידיעות פֿון זייערע קרײַזן און פֿון דער וועלט בכלל.
ווי זײַנע אַנדערע לידער, ווײַזט שמעלצער דאָ אַרויס אַן אמתן חוש פֿאַרן אופֿן ווי מענטשן פֿירן זיך און פֿאַרן לשון וואָס זיי ניצן. אויך די גראַמען זענען מלא־חן.
‘]