ראָמאַן באַשרײַבט שאָקירנדיקע אַוואַנטורעס פֿון פֿאַלשן משיח יעקבֿ פֿראַנק Novel describes false Messiah Jacob Frank’s shocking adventures
אָלגאַ טאָקאַרטשוק, די נאָבל־לאָרעאַט פֿון 2018, באַשרײַבט די װאַנדערונגען פֿונעם אַװאַנטוריסט איבער טערקײַ, פּױלן און אוקראַיִנע.
פֿון ישׂראל אַקסענפֿעלדס (1787 – 1866) רײַכן ליטעראַרישן עזבֿון זײַנען צו אונדז דערגאַנגען בלױז פֿיר פּיעסעס און אײן ראָמאַן. די כּתבֿ-ידן פֿון פֿילצאָליקע אַנדערע װערק זײַנע זײַנען לכאורה פֿאַרברענט געװאָרן אין אַ שׂרפֿה אין דער אָדעסער דרוקערײַ.
אַקסענפֿעלד איז געװען גוט אָנגעלײענט אין דער װעלט–ליטעראַטור פֿון זײַן צײַט און האָט בדעה געהאַט צו געבן דעם ייִדישן לײענער אַן אײראָפּעיִשע ליטעראַטור אױף זײַן מאַמע–לשון. זײַן אידעיִשע כּװנה איז געװען צו דעמאַסקירן חסידים װי שװינדלער און פֿאַרשפּרײטן די לערע פֿון דער השׂכּלה, אָבער אײנצײַטיק האָט ער פּרטימדיק געשילדערט דעם ייִדישן שטײגער פֿון זײַן הײמלאַנד פּאָדאָליע אָנהײב נײַנצנטן יאָרהונדערט. זײַן ראָמאַן „דאָס שטערנטיכל‟ האָט משפּיע געװען אױף מענדעלע און שלום-עליכם.
פּאָדאָליע, אַ היסטאָרישע געגנט אין דרום–אוקראַיִנע, איז אין משך פֿון עטלעכע יאָרהונדערטער געװען אַ גרענעץ-לאַנד צװישן מערבֿ און מזרח, צװישן דעם קריסטלעכן פּױלן און דער איסלאַמישער טערקײַ. דאָ האָבן זיך געטראָפֿן און געמישט פֿעלקער, קולטורן און רעליגיעס, און דאָ איז געבױרן געװאָרן חסידות. פּאָדאָליע איז דער געאָגראַפֿישער צענטער פֿונעם היסטאָרישן ראָמאַן „יעקבֿס ספֿרים‟ פֿון דער פּױלישער שרײַבערין אָלגאַ טאָקאַרטשוק, װאָס האָט איר געבראַכט די נאָבעל–פּרעמיע אין 2019. איצט איז דאָס װאָגיקע בוך פֿון בערך אײן טױזנט זײַטן סוף–כּל–סוף אַרױס אױף ענגליש אין דער איבערזעצונג פֿון דזשעניפֿער קראָפֿט.
טאָקאַרטשוק איז אַ מײַסטערין פֿון ליטעראַרישן סטיל. איר ראָמאַן איז אַן אַ ביסל איראָנישע נאָכמאַכונג פֿונעם שעלמיש–אַװאַנטורישן זשאַנער, װאָס איז געװען פּאָפּולער אין דער אײראָפּעיִשער ליטעראַטור אינעם אַכצנטן יאָרהונדערט. דער דאָזיקער זשאַנער איז דער סאַמע פּאַסיקסטער פֿאַרן הױפּטהעלד, דעם ייִדישן אַװאַנטוריסט יעקבֿ פֿראַנק (1726 – 1791), װאָס האָט זיך דערקלערט פֿאַרן משיח און געשאַפֿן אַ גאַנצע באַװעגונג. פֿראַנקס לעבן איז געװען רײַך מיט כּלערלײ מערקװירדיקע און סקאַנדאַליעזע געשעענישן, װאָס ליפֿערן רײַכן שטאָף פֿאַר אַ ראָמאַן. טאָקאַרטשוק האָט גרונטיק געפֿאָרשט די היסטאָרישע מקורים און האָט נאָכגעפֿאָלגט פֿראַנקס שפּורן איבער פֿילצאָליקע שטעט און שטעטלעך אין אוקראַיִנע, פּױלן, טערקײַ, גריכנלאַנד און טשעכיע, ווי מע זעט בײַם אונטערקעפּל פֿונעם בוך׃ „אַ פֿאַנטאַסטישע רײַזע איבער זיבן גרענעצן, פֿינעף שפּראַכן און דרײַ גרױסע אמונות, ניט רעכנדיק קלענערע סעקטעס‟. דער טעקסט פֿונעם ראָמאַן איז אַ קאָלאַזש פֿון טאָגביכער, בריװ, פּליאָטקעס, כּמו–היסטאָרישע דאָקומענטן, פּאָליטישע פּאַמפֿלעטן און אַנדערע מקורים. עס איז ניט קײן פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור, און מען באַדאַרף געדולד כּדי דורכצושטופּן זיך דורכן דאָזיקן מישמאַש פֿון סטילן און שטימען.
די מחברטע האָט אַ גוטן חוש פֿאַר פֿײַנע שפּאַכלעכע ניואַנסן, װאָס װערן שעפֿעריש איבערגעטײַטשט אױף ענגליש. איר האָט זיך ספּעציעל גוט געלונגען די קאַפּיטלען, װוּ עס רעדן אָדער שרײַבן פּױלישע פּערסאָנאַזשן. פֿון יענער תּקופֿה איז פֿאַרבליבן אַ רײַכע פּױלישע ליטעראַטור, װאָס טאָקאַרטשוק האָט געקענט נוצן װי רױשטאָף. אָבער די ייִדישע פּערסאָנאַזשן קומען אַרױס צומאָל סכעמאַטיש, בפֿרט װען זײ נעמען זיך פֿאַר דערקלערן מיסטישע השׂגות. אין די ייִדישע װיכּוחים אַרום פֿראַנקס תּורה פֿעלט דאָ דער טעם וריח פֿון דער תּקופֿה, אַזוי ווי מען פֿילט בײַ די קריסטלעכע פּערסאָנאַזשן. ייִדן קלינגען צו מאָל װי הײַנטצײַטיקע פּאָפּולערע לעקטאָרן װעגן דער קבלה, װאָס שעפּן זײער קענטעניש פֿון די אַקאַדעמישע חיבורים פֿונעם היסטאָריקער גרשום שלום. שלום איז געװען אַ גרױסער מומחה, אָבער זײַן כּװנה איז געװען איבערצוטײַטשן די נעפּלדיקע באַגריפֿן און סימבאָלישע אימאַזשן פֿון קבליסטישע ספֿרים אױף דער שפּראַך פֿון דער מערבֿדיקער פֿילאָסאָפֿיע.
„יעקבֿס ספֿרים‟ לאָזט זיך רעדן װי אַ מין זיװג צװישן דער ייִדישער און פּױלישער ליטעראַטור. טאָקרטשוק פּרוּװט כּלומרשט ממשיך זײַן אָקסענפֿעלדס פֿאַרלױרענע װערק. איר ראָמאַן פֿאַרבעט דעם לײענער אױף אַ לאַנגער און פּאַמעלעכער װאַנדערונג דורך די היסטאָרישע לאַנדשאַפֿטן פֿונעם ריזיקן פּױליש–אוקראַיִנער צװישנלאַנד, װוּ עס האָבן זיך אַ מאָל אַנטװיקלט אױסטערלישע געשעענישן. אָבער דאָס איז אױך אַ ראָמאַן פֿאַר דער הײַנטיקער צײַט. דאָ װערן אַנטפּלעקט טיפֿערע טרײַבקראַפֿטן און באַגערן, װאָס לאָזן ביז גאָר פֿאַרשײדענע מענטשן גלױבן אין נסים און שטרעבן אַראָפּצוברענגען די גאולה. פֿראַנקס פּערזענלעכקײט האָט צוגעצױגן טױזנטער מענער און פֿרױען פֿון פֿאַרשײדענע שטאַנדן און עדות, און יעדער אײנער האָט אין אים אַנטדעקט עפּעס, װאָס ער אָדער זי האָט באַדאַרפֿט. פֿראַנקס לערע האָט באַפֿרײַט זײַנע ייִדישע אָנהענגער פֿון היטן די מיצװת (בפֿרט דעם געבאָט קעגן ניאוף וואָס האָט דערפֿירט ממש צו וואַקכאַנאַליעס), און אײניקע קריסטן האָבן אים געהאַלטן פֿאַר אַ מין נײַעם יעזוס.
ניט געקוקט אױפֿן ריזיקן פֿאַרנעם און שװערלעכן סטיל, האָט דער ראָמאַן „יעקבֿס ספֿרים‟ געהאַט אַ גרױסן דערפֿאָלג אין פּױלן. דער פּױלישער לײענער האָט זיך דערװוּסט, אַז פּױלן איז אַ מאָל געװען אַ לאַנד פֿון פֿאַרשײדענע פֿעלקער, שפּראַכן, אמונות און קולטורן, און עס האָבן זיך דאָרט געטראָפֿן מערקװירדיקע מעשׂים. מען האָט זיך אױך דערװוּסט, אַז די באַציִונגען צװישן אָט די פֿאַרשײדענע עדות פֿון פּױלישע תּושבֿים זײַנען װײַט ניט געװען גלאַטיקע, און אַז די קריסטלעכע בעלי–בתּים האָבן אָפֿט באַהאַנדלט זײערע ייִדישע און אוקראַיִנער אונטערטאַנען אויף אַ ניט־יושרדיקן אופֿן. פֿראַנק האָט פֿאַרקערפּערט דעם נאַיִװן חלום װעגן דער גליקלעכער תּקופֿה, װען משיח װעט מבֿטל מאַכן די אַלע אונטערשיידן צװישן מענטשן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO