Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.

Support the Forward

Funded by readers like you DonateSubscribe
Yiddish

ווי אַ ייִדישע משפּחה האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אונטער רומענישער אָקופּאַציע How a Jewish family survived the Holocaust under Romanian occupation

אין דער אַמעריקאַנער חורבן־געשיכטע פֿאָקוסירט מען אַ סך אויף אוישוויץ, בעת די טראַגישע דערפֿאַרונג פֿון ייִדן אין טראַנסניסטריע ווערט קוים דערמאָנט.

די שטאָט טולטשין אין פּאָדאָליע אינעם דרומדיקן קאַנט פֿון אוקראַיִנע האָט אַ רײַכע געשיכטע. געגרינדעט אָנהײב 17טן יאָרהונדערט אינעם גרענעצלאַנד צװישן פּױלן און טערקײַ, האָט טולשין שטאַרק געליטן פֿון באָגדאַן כמיעלניצקיס קאָזאַקישע חיילות בעת די גזירות תּ״ח ותּ״ט אין 1648־1649. װעגן דער דאָזיקער שחיטה דערצײלט ר׳ נתן נטע האַנאָװער אין זײַן קראָניק „יװן מצולה‟. זײַן דערצײלונג האָט געדינט װי דער יסוד פֿאַר צװײ ליטעראַרישע װערק — די פּיעסע פֿונעם רוסיש־ייִדישן דיכטער ניקאָלײַ מינסקי, „די באַלאַגערונג פֿון טולטשין‟ (איבערגעזעצט אױף ייִדיש דורך אַבֿרהם רײזען), און שלום אַשס ראָמאַן „קידוש השם‟.

טולטשין איז באַקאַנט אױך אין דער חסידישער געשיכטע. דאָ האָט געהאַלטן זײַן הױף דעם בעל-שם-טובֿס אײניקל ר׳ ברוך, װאָס האָט געשמט צוליב זײַן פּראַכט און עשירות. מעג זײַן, אַז ר׳ ברוך האָט נאָכגעמאַכט זײַן פּױלישן שכן, דעם גראַף סטאַניסלאַװ פּאָטאָצקי, װעלכער האָט אױפֿגעבױט אַ פּרעכטיקן פּאַלאַץ לעבן טולטשין. נאָך דער מפּלה פֿון דער פּױלישער מלוכה איז טולטשין אַרײַן אין דער רוסישער אימפּעריע. אין די 1820ער יאָרן האָט זיך דאָ געפֿונען די הױפּטקװאַרטיר פֿון דער רוסישער דרומדיקער אַרמײ. דאָ האָבן זיך געזאַמלט יונגע ראַדיקאַלע רוסישע אָפֿיצירן, די אַזױ-גערופֿענע „דעקאַבריסטן‟ און צוגעגרײט אַן אױפֿשטאַנד קעגן דעם צאַר. זײער פּרוּװ פֿון רעפֿאָרמירן די רוסישע מלוכה איז דורכגעפֿאַלן אין 1825.

װען היטלערס דײַטשלאַנד האָט באַפֿאַלן דעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד דעם 22סטן יוני פֿון 1941, איז טולטשין באַלד פֿאַרכאַפּט געװאָרן דורך דער דײַטשישער אַרמײ. אַזױ װי אין אַנדערע ערטער, האָבן די דײַטשן גערודפֿט און צומאָל דערמאָרדעט ייִדן, אָבער קײן סיסטעמאַטישן מאַסנמאָרד האָבן זײ נאָך ניט דורכגעפֿירט. סוף-יולי האָט היטלער געמאַכט אַן אָפּמאַך מיט זײַן חבֿר, דעם רומענישן דיקטאַטאָר יאָן אַנטאָנעכקו, און אים איבערגעגעבן דעם שטח פֿונעם אוקראַיִנער לאַנד צװישן די טײַכן דניעסטער און דרום-בוג. די דאָזיקע טעריטאָריע האָט באַקומען דעם נאָמען „טראַנסניסטריע‟ (מעבֿר־דניעסטער). די רומענער האָבן אױפֿגעשטעלט געטאָס אין די שטעט און שטעטלעך און גענומען דעפּאָרטירן אַהין ייִדן פֿון בעסאַראַביע און בוקאָװינע, די צװײ רומענישע פּראָװינצן, װאָס די סאָװעטן האָבן אַנעקסירט אין 1940. כּדי צו באַפֿרײַען אָרט פֿאַר אָט די דעפּאָרטירטע, האָבן די רומענער אַרױסגעטריבן אַ טײל פֿון די אָרטיקע ייִדן אין אַ לאַגער, װאָס זײ האָבן אױף גיך געשאַפֿן אינעם דאָרף פּעטשאָרע אױפֿן ברעג פֿונעם דרום־בוג, דעם טײַך, װאָס האָט אָפּגעטײלט טראַנסניסטריע פֿונעם דײַטשישן „רײַכסקאָמיסאַריאַט אוקראַיִנע‟.

די משפּחה בראַװערמאַן איז געװען צװישן די ייִדן, װאָס זײַנען אַרױסגעטריבן געװאָרן פֿון טולטשין קײן פּעטשאָרע. זײער עלטערער זון מאָטל איז דעמאָלט געװען צװעלף יאָר אַלט. זײַן לעבנס־געשיכטע איז דער יסוד פֿונעם מערקװירדיקן בוך „אַזױ געדענקען זײ׃ די געשיכטע פֿון אַ ייִדישער משפּחה, װאָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אין דער סאָװעטישער אוקראַיִנע‟, אָנגעשריבן פֿון מאָטלס אײניקל, מאַקסים גאָלדענשטײן. דער מחבר האָט דורכגעמאַכט אַ גרונדיקע פֿאָרשונג כּדי אַרײַנצושטעלן זײַן זײדנס זכרונות אינעם ברײטערן היסטאָרישן קאָנטעקסט. מאַקסים דערצײלט אױך װעגן זײַן אײגענעם װעג צו אַנטדעקן און פֿאַרשטײן זײַן משפּחה־געשיכטע, װאָס איז אים יאָרן לאַנג געווען ניט באַקאַנט.

דער לאַגער אין פּעטשאָרע איז ניט געװען ענלעך צו די דײַטשישע לאַגערן, װאָס זײַנען אונדז באַקאַנט פֿון דער חורבן־געשיכטע. ער האָט זיך געפֿונען אינעם אַמאָליקן פּױלישן פּריצישן מאַיאָנטעק, װאָס די סאָװעטן האָבן איבערגעמאַכט אין אַ סאַנאַטאָריע. להיפּוך צו די דײַטשן, האָבן די רומענער ניט געהאַט קײן קלאָרן פּלאַן, װאָס צו טאָן מיט די הונדערטער טױזנטער ייִדן, װאָס זײ האָבן אָנגעזאַמלט אין טראַנסניסטריע. זײ האָבן פּשוט אַרײַנגעבראַכט טױזנטער מענטשן אין פּעטשאָרע און געלאָזט זײ אױף הפֿקר.

פֿון מאָל צו מאָל זײַנען אַהין געקומען דײַטשן מיט לאַסטאױטאָס פֿון יענער זײַט טײַך און גענומען מענטשן, דער עיקר יונגע לײַט אױף עבֿודת-פּרך אױפֿן דײַטשישן צד. כּמעט אַלע זײַנען שפּעטער אומגעבראַכט געװאָרן. די פֿאַרבליבענע אין פּעטשאָרע האָבן געליטן פֿון הונגער, קעלט, טיפֿוס און ברוטאַלן געװאַלד מצד די אוקראַיִנער שומרים.

אָבער די שומרים זײַנען ניט געװען איבעריק פֿלײַסיק און מען האָט געקענט אַנטלױפֿן פֿונעם לאַגער. מאָטל, װי אַנדערע בחורים, האָט אױסגענוצט די דאָזיקע מעגלעכקײט. ער האָט געװאַנדערט איבער די אוקראַיִנער דערפֿער און ייִדישע געטאָס פֿון טראַנסניסטריע, װוּ אײניקע גוטע נשמות האָבן אים געלאָזט זיך אַ ביסל אָפּרוען אין זײערע שטיבער און אַפֿילו באַזאָרגט אים מיט עפּעס צו עסן. דאָס איז געװען סכּנת־נפֿשות, װײַל סײַ די אוקראַיִנער סײַ די ייִדישע פּאָליצײ אין געטאָס האָבן אים געקענט אַרױסגעבן אין די הענט פֿון רומענישע זשאַנדאַרמען.

נאָך עטלעכע טעג אָדער װאָכן פֿון װאַנדערן פֿלעגט מאָטל צוריקקומען צו זײַן משפּחה אין פּעטשאָרע און ברענגען זײ אַ ביסל עסנװאַרג און אַלטע זאַכן, װאָס זײ האָבן געקענט אױסטױשן בײַ די אָרטיקע פּױערים. די ערגסטע יאָרן זײַנען געװען 1941 און 1942. צום יאָר 1943 האָט אַנטאָנעסקו דערזען, אַז דײַטשלאַנד גײט אונטער און דער רומענישער אָקופּאַציע־רעזשים איז געװאָרן אַ ביסל מילדער. דעמאָלט האָט די גאַנצע משפּחה בראַװערמאַן פֿאַרלאָזט פּעטשאָרע און געפֿונען אַ מקום-מקלט אינעם געטאָ פֿונעם שטעטל זשערין. דאָ זײַנען זײ באַפֿרײַט געװאָרן דורך דער רױטער אַרמײ אין מאַרץ פֿון 1944.

נאָך דער מלחמה האָבן זײ זיך אומגעקערט קײן טולטשין, וווּ מאָטל האָט געאַרבעט אױף דער אָרטיקער שיכפֿאַבריק. אין 1957 האָט ער חתונה געהאַט מיט אַ מיידל, חנה, װאָס איז געװען 19 יאָר אַלט. איר משפּחה האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אין געטאָ אין די שטעטלעך קראָסנע און טיװרעװ. שפּעטער האָבן מאָטל און חנה מיט צװײ קינדער זיך אַריבערגעצױגן קײן טשערנאָװיץ, װוּ עס איז געבױרן געװאָרן זײער אײניקל מאַקסים. אין 1992 האָט די גאַנצע משפּחה אימיגרירט קײן אַמעריקע און זיך באַזעצט אין סיִאַטל. מאַקסים איז דעמאָלט געװען דרײַ יאָר אַלט.

אין שול אין אַמעריקע האָט ער זיך געלערנט װעגן דעם חורבן, געלײענט דעם טאָגבוך פֿון אַנאַ פֿראַנק און אַנדערע ביכער, אָבער, שרײַבט ער, „מיר איז קײן מאָל ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז מײַן אײגענע משפּחה האָט געהאַט אױסגעהאַלטן די אײגענע גרױלן.‟ זײַן באָבע־זײדע האָבן אים גאָר ניט דערצײלט װעגן זײער דערפֿאַרונג בעתן חורבן. איצט האַלט ער, אַז דאָס האָט געקאָנט זײַן אַ פּועל־יוצא פֿון דער טראַװמע װאָס זײ האָבן איברעגעטראָגן יונגערהײט.

האָט ער גענומען אױספֿרעגן זײַן זײדן און סיסטעמאַטיש צונױפֿשטוקעװען זײַן געשיכטע. ער האָט אױך דערזען, אַז די טראַגישע דערפֿאַרונג פֿון ייִדן אין טראַנסניסטריע האָט ניט געהאַט קיין אָרט אין דער אַמעריקאַנער חורבן־געשיכטע, אַזוי ווי אױשװיץ. מאַקסים האָט בדעה געהאַט צו באַזוכן טולטשין און אַנדערע ערטער אין פּאָדאָליע אין 2020, אָבער די קאָראָנע־פּאַנדעמיע האָט אים פֿאַרהאַלטן. און די איצטיקע רוסישע מלחמה קעגן אוקראַיִנע מאַכט דעם דאָזיקן פּלאַן נאָך װײניקער רעאַליסטיש.

פֿאַרן חורבן האָבן אין טולטשין געװױנט העכער װי 5,000 ייִדן. אין 1959 איז די צאָל געװען אַרום 2,500 ייִדישע נפֿשות. אָבער ביז די 1990ער יאָרן זײַנען די שטעטלעך פֿון דער אַמאָליקער טראַנסניסטריע, צװישן זײ טולטשין, פֿאַרבליבן די אײנציקע ייִשובֿים אין מזרח־אײראָפּע װוּ דאָס ייִדישע לעבן איז געגאַנגען אָן איבעררײַס אין משך פֿון עטלעכע הונדערט יאָר. אמת, די סאָװעטישע פּאָליטיק האָט געפּרוּװט צו דערשטיקן ייִדישקײט, אָבער ייִדיש איז טאַקע פֿאַרבליבן די גערעדטע שפּראַך צװישן דעם עלטערן דור, װי עס איז געװען אױך אין מאַקסימס משפּחה, און וווּ מען האָט שטילערהײט געהיט אַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבנסשטײגער.

Dive In

    Engage

    • SHARE YOUR FEEDBACK

    • UPCOMING EVENT

      SKY & SCULPTURE

      Hybrid: Online and at the Marlene Meyerson JCC Manhattan

      Oct 2, 2022

      6:30 pm ET · 

      A Sukkah, IMKHA, created by artist Tobi Kahn, for the Marlene Meyerson JCC of Manhattan is an installation consisting of 13 interrelated sculpted painted wooden panels, constituting a single work of art. Join for a panel discussion with Rabbi Joanna Samuels, Chief Executive Director of the Marlene Meyerson JCC of Manhattan, Talya Zax, Innovation Editor of the Forward, and Tobi Kahn, Artist. Moderated by Mattie Kahn.

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.