Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די באָבע פֿון אַ פֿאַרכאַפּטן בחור אין עזה רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן אויף ייִדישGrandmother of a hostage in Gaza pours her heart out in Yiddish

צילי ווענקערט באַשרײַבט איר באַציִונג מיט איר אייניקל, עומר, און דערציילט וועגן אירע קינדעריאָרן אין דער בוקאָווינע.

מיר האָבן לעצטנס זיך געטראָפֿן מיט צילי ווענקערט, אַ באָבע פֿון דעם פֿאַרכאַפּטן 22־יעריקן ישׂראלדיקן יונגן־מאַן עומר ווענקערט, וואָס געפֿינט זיך באַלד זיבן חדשים ווי אַן ערבֿניק אין עזה. דעם שמועס האָבן מיר געפֿירט אין ישׂראל, פֿרײַטיק דעם 29סטן מאַרץ 2024.

מיר ברענגען דאָ אַן אויסצוג פֿונעם פֿולן אינטערוויו, וואָס איר קענט לייענען דאָ. אין עטלעכע וואָכן אַרום וועלן מיר אַרויסלאָזן דעם ווידעאָ פֿונעם שמועס.

צילי ווענקערט איז אַ געבוירענע אין ראַדעוויץ, אין דער בוקאָווינע און רעדט אַ היימיש טאָטע־מאָמע־לשון. כּדי אָפּצושפּיגלען דעם זעלטענעם ייִדישן דיאַלעקט האָבן מיר איבערגעלאָזן געוויסע, אָריגינעלע שפּראַכפֿאָרמעס און ברענגען דעם אינטערוויו נישט אין אַ ריין כּלל־ייִדיש.

[מ. ט.]

מרים: 

אַ גוטן אָוונט, צילי ווענקערט.

צילי:

איך פֿריי מיך, אַז איר זײַט געקומען צו מיר און איך דאַנק אײַך.

מרים: 

אַ גרויסן דאַנק אײַך, וואָס איר נעמט אונדז אויף. מיר זײַנען געקומען צו אײַך אין אײַער שטוב אין גדרה, ווײַל איר זײַט געווען אַזוי פֿרײַנדלעך אונדז צו פֿאַרבעטן און מסכּים געווען, מיר זאָלן שמועסן אַ ביסל וועגן אײַער אייניקל, עומר ווענקערט, וואָס איז טראַגיש פֿאַרכאַפּט געוואָרן דעם 7טן אָקטאָבער פֿון דער „נאָוואַ“־מסיבה און געפֿינט זיך צום גרויסן באַדויערן נאָך אַלץ אין עזה.

איך וויל אײַך באמת קודם־כּל אויסדריקן אַ גרויסן דאַנק, ווײַל ס׳איז זיכער נישט קיין פּשוטע אויפֿגאַבע צו רעדן וועגן אים, צו געדענקען אין אים מיט מענטשן צוזאַמען און מיר שאַצן דאָס זייער אָפּ. און דערצו, אַז איר קענט עס טאָן אויף מאַמע־לשון — מיר האָפֿן זייער, אַז עס וועט אײַך צוגעבן אַ שטיקעלע געזונט דער דאָזיקער אינטערוויו — וואָס איר האָט אַזוי ליב מאַמע־לשון, אַז עס וועט אײַך זײַן אפֿשר גוט אויף דער נשמה!

צילי:

יאָ, עס איז אַ שפּראַך, וואָס זי גייט צום האַרץ און זי קומט פֿון האַרצן.

מרים:

טאָ לאָמיר טאַקע ווידמען דעם דאָזיקן שמועס עומרן. עס איז אונדז זייער וויכטיק צו ברענגען אַזאַ בײַטראָג אויך פֿאַר אַן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־רעדנדיקן עולם, ווײַל ס׳איז וויכטיק אין אונדזערע טעג נישט צו דערלאָזן, אַז מע זאָל פֿאַרגעסן אין די פֿאַרכאַפּטע, וואָס לײַדן און מיר קענען זיך בכלל נישט פֿאָרשטעלן, וואָס זיי דאַרפֿן דאָרטן דורכמאַכן.צילי, לאָמיר געבן אַ שפּרונג אין דער צײַט — צו דעם 7טן אָקטאָבער, וועל איך אײַך אַ ביסל צוריקפֿירן.

צילי:

דעם 7טן אָקטאָבער, ווען דאָס איז געשען, איז אילן געווען בײַ מיר, ווײַל ס׳איז געווען יום־טובֿ. און שי — כ׳האָב געהערט די אַלאַרמען… זאָג איך, עפּעס האָט זיך צעבראָכן דאָרט, וואָס פּלוצעם פֿײַפֿט מען? ס׳איז דאָך נישט קיין מלחמה!

מרים:

ֿקיינער האָט נישט פֿאַרשטאַנען.

צילי:

אָבער — וואָס זאָל איך אײַך זאָגן — אונדז זענען מיר אַרײַנגעגאָגנען אין דעם שוצצימער.

מרים:

איר האָט דאָ אַ שוצצימער אין דער דירה?

צילי:

יאָ. און דאַן האָט אָנגערופֿן שי און מיר געזאָגט: „עומר האָט אָנגערופֿן.“ ער איז געווען בײַ דער מסיבה. האָט ער געשריבן…

מרים:

די משפּחה האָט געוווּסט פֿריִער, אַז ער וועט זײַן אויף דער מסיבה.

צילי:

מע האָט געוווּסט, אַז ער איז געגאָנגען אויף דער מסיבה. זיי האָבן געטאַנצט. מיט אַ קאָלעגין, וואָס זיי זענען געווען צוזאַמען אין שול, קאָלעגן, און ער איז געפֿאָרן מיט איר, מיט איר אויטאָ זענען זיי געפֿאָרן. זי, נעבעך, ליגט שוין אין דער ערד זעקס חדשים. און אים האָט מען פֿאַרשלעפּט.

מרים: 

וואָס האָט עומר געשריבן?

צילי:

ער האָט געשריבן דער מאַמען, אַז ער איז אין אַ „מיגוניתּ“, אַ בונקער אַזאַ אין דרויסן, און מע שיסט. און סע זענען געפֿאַלן מענטשן. און ער האָט מורא. און דערנאָך האָבן מיר אים געזען — אין אַ טענדער [אַ מין דזשיפּ] פֿון די כאַמאַסניקעס־טעראָריסטן, ווען ער ליגט, נעבעך, מיט צוגעבונדענע הענט, נאָר אין די אונטערהויזן. ער האָט אַזוי אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ, האָב איך אים געזען.

מרים:

איר האָט אים געקענט קלאָר דערקענען?

צילי:

מע האָט געוויזן אין פֿייסבוק, עמעצער האָט געגעבן ס׳בילד, איידער מע האָט געוווּסט. אַזוי איז… כ׳האָב געזען דאָס בילד, האָב איך געזאָגט, כ׳בין נישט קיין מענטש וואָס קען לעבן צו זען אַזאַ עפּעס… און זינט דעמאָלט — וואַרט איך אויף אים.

מרים:

און דאָס וואַרטן איז אַוודאי זייער שווער, ווײַל מע דאַרף זיך יעדן טאָג ווידער צונויפֿנעמען, צו געפֿינען די כּוחות?

צילי:

אַדאָ [האַלט די האַנט אויף דער ברוסט] — האָב איך נאָך די האָפֿענונג אים צו זען. אָבער דער קאָפּ אַרבעט. דער קאָפּ ווייסט צו פֿיל זאַכן.

מרים:

איך ווייס אַז די משפּחה איז זייער אַרײַנגעטאָן — איר האָט מיר דערציילט, אַז שי [אַרויסגערעדט „שײַ“] דער זון, עומרס טאַטע, פֿאָרט אַרום. די מאַמע…

צילי:

אין אייראָפּע איז שי געווען. שי מיט ניבֿה [ניוואַ, די מאַמע] זענען געווען בײַ די פֿאַראייניקטע פֿעלקער [„יו־ען“]. און דאַן איז זי געפֿאָרן מיט דער שוועסטער קיין באָסטאָן און דער אומגעבונג און זיי האָבן גערעדט. אין באָסטאָן זענען דאָ אַ סך ייִדן.

מרים:

דאָס הייסט, זיי זײַנען אַרומגעפֿאָרן איבער ייִדישע קהילות און געטראָפֿן מענטשן און דערציילט?

איר פֿאָרט אַ מאָל מיטן זון שי אָדער מיט דער מאַמע ניבֿה אויף אַזעלכע רײַזעס אין אויסלאַנד כּדי אויפֿצוקלערן וועגן דעם מצבֿ?

צילי:

ניין, ס׳איז זייער זאַך. איך מיש מיך זייער ווייניק. איך וויל זיי נישט קלאָפּן אין קאָפּ. כ׳שטעל זיך פֿאָר וואָס אין זייער האַרץ איז… מיר איז שווער אויך פֿאַר מײַנע זין, נישט נאָר פֿאַר זיך אַליין. זייער שווער.

מרים:

צי האָט איר אַליין אַ סבֿיבֿה פֿון חבֿרים?

צילי:

איך קען קיינעם נישט. ס׳איז אַלץ אָנשטענדיקע מענטשן דאָ, אָבער אַלע זענען יונגע מענטשן.

מרים:

דאָס הייסט, דאָ אין גדרה, וווּ איר האָט זיך באַזעצט מיט אַ קורצער צײַט צוריק.

צילי:

יאָ, כ׳בין געקומען שפּעט אין גדרה. ווי קען איך זיך באַקענען מיט מענטשן? איך גיי אויך נישט אין ״מועדון״ [קלוב], איך האָב נישט מער קיין געדולד. אָלט בין איך אַליין — וואָס דאַרף איך גיין זײַן מיט אָלטע מענטשן?

מרים:

נו, מען קען דאָרטן אפֿשר אַ מאָל אויך געפֿינען אַ פּאָר ייִנגערע?

צילי:

נאָר וואָס? איין מאָל אין דער וואָכן בין איך געפֿאָרן קיין רחובֿות, שפּילן אין ברידזש.

מרים:

דאָס איז אַ לײַדנשאַפֿט בײַ אײַך — ברידזש?

צילי:

יאָ, איך האָב ליב צו שפּילן קאָרטן. ס׳גאָנצע לעבן געשפּילט קאָרטן, מיט מײַן מאַן, מיט די חבֿרים, פֿאַרשידענע שפּילן.

מרים:

מיט עומרן אויך? איר האָט אים אויסגעלערנט?

צילי:

ניין, ניין. זיי האָבן טעלעפֿאָנען! זיי שפּילן שוין גאָרנישט הײַנט. הײַנט איז דאָ אַ טעלעפֿאָן און מע רעדט נישט, און מע שפּילט נישט. זיי האָבן פֿאַרגעסן צו רעדן, ווײַל זיי שרײַבן זיך.

מרים:

מע דאַרף נישט פֿאַרלירן די האָפֿענונג. אַז ער וועט נאָר צוריקקומען, וועט איר אים אויסלערנען.

צילי:

ווען זיי זענען געווען קליין, האָט מען מיט זיי געשפּילט, פֿאַרשידענע שפּילן. אָבער יעצט? יעדערער האָט אַ טעלעפֿאָן. מען קומט, מען זאָגט „שלום, מה שלומך סבתא?“ [וואָס מאַכסטו, באָבע?], מען נעמט מיך אַרום. מע קוקט, אויב ס׳איז דאָ עפּעס גיטס צו עסן… און מע זעצט זיך אַוועק מיטן טעלעפֿאָן. אָבער איך זאָג גאָרנישט. איך גיי מיט דער צײַט.

מרים:

יאָ, ס׳איז אויך אַ וויכטיקער אופֿן, זיך צו פֿאַרבינדן מיט זיי.

צילי:

יאָ, און איך ווייס אַז עס העלפֿט סײַ ווי סײַ נישט. וואָס דאַרף איך זײַן אַ שלעכטע באַבע?

מרים:

איר האָט דערמאָנט איצטער, אַז די אייניקלעך קומען און עסן אָפּ גוטע זאַכן וואָס איר גרייט. וואָס האָט עומר ליב צו עסן?

צילי:

קודם־כּל שניצל. אַלע אייניקלעך — אויך די קינדער! ״יש שניצל?״ [ס׳איז דאָ שניצל?]. אויך יעצט האָב איך תּמיד שניצל בערײט, אַלץ געמאַכט, נישט געבראָטן, ווײַל סע דאַרף זײַן פֿריש.

מרים:

אין דעם פֿרירער?

צילי:

יאָ. און ווען איך מאַך די גרויסע — מאַנכע זענען גרויס, מאַנכע זענען קליין, ווײַל איך קויף נישט. ווען איך זע די גרויסע, זאָג איך: „דאָס וועט עומר באַקומען, ווען ער וועט קומען, וועט ער האָבן שניצל.“

מרים:

ס׳איז שוין גרייט פֿאַר אים!

צילי:

תּמיד. אויך אין דער היים שיק איך.

מרים:

עומר איז אויך אַ יונגער־מאַן וואָס האָט ליב קיך און קאָכן, און איר האָט מיר דערציילט, אַז ער האָט אָנגעפֿירט מיט אַ רעסטאָראַן?

צילי:

יאָ!

מרים: 

דאָס איז זײַן רעסטאָראַן?

צילי:

ניין, ניין. ער איז געווען אָנגעשטעלט. ער האָט אָנגעהויבן צו אַרבעטן דאָרט. און נאָך אַ יאָר האָט מען געזען, אַז ער פֿאַרשטייט. אָבער קאָכן קאָכן זיי אַלע. אויך מײַן זון קאָכט און די אייניקלעך קאָכן. די קליינע קאָכט אויך — פּאַסטאַ. אָבער ער [קוקט אויף עומרס בילד] האָט ליב צו עסן.

מרים:

סע גייט גוט צוזאַמען.

צילי:

ער איז זייער אַ וווילער.

צילי:

וואָס נאָך וואָלט איר געוואָלט דערציילן וועגן עומרן? וואָס איז ספּעציעל? וואָס האָט ער ליב, וואָס קען ער?

צילי:

ער איז געווען אַ גוטער שילער. און דאָס וואָס ער האָט אָנגעהויבן צו אַרבעטן — איך האָב אים געפֿרעגט. עס געפֿעלט אים זייער גוט די אַרבעט וואָס ער טוט. דאָס איז זייער וויכטיק. אַ מענטש איז אַ סך שעהען בײַ דער אַרבעט און ווען ער האָט פֿאַרגעניגן פֿון דער אַרבעט — דאָס איז זייער וויכטיק! און אַז ער האָט מיר געזאָגט, אַז ער האָט פֿאַרגעניגן, בין איך געווען צופֿרידן. ער האָט אָנגעהויבן צו לערנען בײַ שנקר [אַ הויכשול פֿאַר אינדזשעניריע און דיזײַן] ווײַל ער וויל פֿאָרויסגיין. ער האָט מיר געזאָגט, ער וויל נישט זײַן אייגענעם רעסטאָראַן. ניין, אָבער עס געפֿעלט אים צו אַרבעטן אין אַ רעסטאָראַן. עס קען זײַן אין תּל־אָבֿיבֿ אָדער… וואָס איז גוט פֿאַר אים, איז גוט פֿאַר מיר.

מרים:

ער האָט נאָך, לאָמיר האָפֿן, ברייטערע האָריזאָנטן פֿאַר זיך…

צילי:

וואָס זאָל איך אײַך זאָגן… שוין אַ האַלב יאָר כּמעט, אַז ער איז דאָרט… און ער איז נישט אַזוי געזונט. ער האָט אַ קאָליטיס.

מרים:

יאָ, איך האָב געלייענט וועגן דעם.

צילי:

ער נעמט מעדיקאַמענטן, ווען ער איז אין דער היים און ער פֿילט זיך גוט.

מרים:

עס איז געווען אַזאַ מין אונטערנעמונג, דאָס ווייסט איר אַוודאי, פֿון די משפּחות פֿון די פֿאַרכאַפּטע, וואָס האָבן געזאָרגט דערפֿאַר צו שיקן אַהין מעדיקאַמענטן.

צילי: 

יאָ, מע האָט געשיקט…

מרים:

מע האָט געהערט עפּעס וועגן דעם, צי דאָס איז אָנגעקומען?

צילי:

גאָרנישט. זיי האָבן געפֿונען נאָך דעם, ווען אונדזערע מענטשן, אונדזער אַרמיי, איז אַרײַן דאָרט אין עזה, האָבן זיי געפֿונען די פּעקלעך. דאָס וואָס אונדז האָבן געשיקט. אונדז ווייסן מיר גאָרנישט.

מרים:

צי האָט איר געהערט אפֿשר, שפּעטער שוין, עפּעס וועגן עומרן? ווען עס זענען צוריקגעקומען די באַפֿרײַטע אפֿשר?

צילי:

ווען זיי זענען געקומען, פֿאַר 2 מאָנאַטן — מער שוין — געקומען פֿון דאָרטן, איז געווען אַ ייִנגעלע פֿון 14 יאָר, וואָס ער ווייס שוין וואָס ער רעדט. האָט ער געזאָגט, אַז ער איז בסדר. אָבער פֿון דאַמאָלסט — ווער ווייסט? מען קען דען דיזע טעראָריסטן וויסן? ס׳איז אַזעלכע… ס׳איז מענטשן אָן נשמה. נישט קיין מענטשן. ס׳איז עפּעס אַ יצור אָן אַ נשמה.

מרים:

אַ באַשעפֿעניש. זאָגט, דאָס אָ 14־יעריקע ייִנגל וואָס איז צוריקגעקומען — ער איז, אויב אַזוי, געווען מיט עומרן?

צילי:

ער האָט אים געזען. האָט ער געזאָגט, אַז ער איז בסדר. אונדז האָפֿן מיר, ס׳איז אמת. אויסער דער האָפֿענונג  — אונדז ווייסט מען גאָרנישט.

מרים:

איר האָט געטראָפֿן דאָס ייִנגל?

צילי:

איך נישט, אָבער שי האָט מיט אים גערעדט. זיי האָבן גערעדט נאָך מיט מענטשן, אָבער דער ייִנגעלע האָט זיך דערמאָנט אין אים. זיי האָבן זיי צעטיילט. זיי זענען נישט אַלע אין איינעם.

מרים:

און זיי בײַטן אויך די ערטער…

צילי:

יאָ, אַ חלק בײַם כאַמאַס און אַ חלק בײַם…

מרים:

בײַם דזשיהאַד און פֿאַרשיידענע גרופּעס. דאָס הייסט, אַז דאָס איז געווען דער לעצטער לעבנס־סימן, יאָ? דורך יענעם ייִנגל, וואָס האָט זיך דערמאָנט אין עומרן.

צילי:

יאָ. איך וויל האָפֿן, אַז… דאָס איז אַ יונגער מענטש… וועט ער קומען, ווער ווייסט?

מרים:

וואָסער טיפּ מענטש איז עומר טאַקע? איר וואָלט געזאָגט אַז ער איז אַ יונגער־מאַן וואָס איז מוטיק? וואָס ער קען זײַן שטאַרק? אָדער מע דאַרף מורא האָבן אַז ער פֿאַלט גרינג אַראָפּ בײַ זיך? וואָס פֿאַר אַ מין כאַראַקטער האָט ער?

צילי:

ער האָט אַ גוטן כאַראַקטער. ער… ער פֿילט פֿאַר אַנדערע מענטשן. פֿאַראַן נישט קיין סך מענטשן וואָס זיי האָבן אַ געפֿיל פֿאַר אַנדערע.

מרים:

ער איז גרייט צו העלפֿן?

צילי:

יאָ, ער איז תּמיד גרייט צו העלפֿן. תּמיד צוגעהאָלפֿן. ער איז, ווי מען זאָגט — אַן אָנשטענדיקער מענטש. נישט וואָס ער איז מײַן אייניקל. אָבער אַזוי פֿלעגט ער זײַן. און אַרבעטזאַם! זײַן טאַטע איז אויך געווען זייער אַרבעטזאַם.

מרים:

נו, עס קומט מסתּמא פֿון דער דערציִונג אין דער היים — אַזעלכע גוטע מידות.

איר האָט מיר געהייסן אָנקוקן דאָס בילד און געזאָגט: „וואָס פֿאַראַ טײַער אייניקל, וואָס פֿאַראַ טײַערער מענטש — עומר.“

צילי:

יאָ, תּמיד לאַכט ער. ער איז פֿריילעך. גאָט זאָל נאָר העלפֿן, מיר זאָלן אים זען געזונט צוריק.

מרים:

געזונט און גאַנץ.

צילי:

גאַנץ. ווער ווייסט, וואָס איז. די טעראָריסטן דאָרט…

מרים:

איר האָט געזאָגט, אַז ער האָט אַזוי ליב צו טאַנצן. אַ ביסל ווי איר, אַיאָ?

צילי:

איך האָב ליב געהאַט צו טאַנצן. מײַן מאַן אויך. אויך שי טאַנצט און זײַן פֿרוי. אילן נישט.

מרים:

מע פֿאַרשטייט, אויב אַזוי, עומרס ליבע צום טאַנצן.

צילי:

ער טאַנצט די מאָדערנע טענץ וואָס מע וואַרפֿט זיך. איך טאַנץ די קלאַסישע.

מרים:

ס׳איז אויך אַ טאַנץ. אַ נײַער דור פֿון טענץ.

צילי:

אַז זיי האָבן ליב — איז זייער שיין.

מרים:

און עומר פֿלעגט פֿאָרן בכלל אויף מסיבות. איר האָט דערציילט, אויף אַ פֿעסטיוואַל אין פּאָרטוגאַל איז ער געווען…

צילי:

יאָ, ער איז געווען אין פּאָרטוגאַל אויף אַ פֿעסטיוואַל, אויך אַדאָ אין לאַנד איז ער געפֿאָרן איין מאָל, ס׳איז געווען אַ פֿעסטיוואַל אין צפֿון. ער האָט ליב צו טאַנצן. ס׳איז אַ פֿריילעך קינד.

מרים:

צי ווייסט איר, אויב ער האָט במשך דער מסיבה, אַז ס׳איז טאַקע געווען נאָך שלום און די יונגע חבֿרה האָבן פֿאַרברענגט דאָרטן, צי האָט ער געשיקט עפּעס, אַ פֿילמעלע, ווי ער טאַנצט דאָרטן אָדער אַ גרוס דער משפּחה?

צילי:

יאָ, ס׳איז געווען. אין פֿייסבוק האָבן מיר געזען ווי ער טאַנצט. מע האָט געמאַכט אַ פֿילם דאָרט וווּ ער האָט געאַרבעט מיט מענטשן פֿון דאָרט. אַלע זענען אויך געווען בײַ אים אין דער היים און האָבן גערעדט וועגן אים. אַלע האָבן אַזוי שיין גערעדט… ס׳אַ האַרצווייטיק.

מרים:

ס׳איז זייער אַ שווערער מצבֿ.

צילי:

זייער אַ שווערער. דאָס איז פֿאַר מיר אַ שרעקלעכע שואה [חורבן]: וואָס מײַנע קינדער מאַכן מיט און וואָס מײַן אייניקל מאַכט מיט.

צו לייענען דעם אינטערוויו ביזן סוף, וווּ צילי באַשרײַבט אירע קינדעריאָרן אין דער בוקאָווינע און ווי זי האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, גיט אַ קוועטש דאָ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.