אויף אַן אָרעגאַנער פֿעסטיוואַל — פּויקן, רייכערן און האַלב־נאַקעטע נקבֿהלעך At an Oregon festival – drums, LSD and half-naked girls
געפֿונען האָבן מיר אַ געווירבל, אַ געטומל, אַ וועלט אָן באַנקנאָטן, טעכנאָלאָגיע, עלעקטרע אָדער גאַז.
ברוכים הבאים צום סאמע מערבדיקסטן שטאַט אין די פאראייניקטע שטאטן: מיר זענען שוין אין ארעגאן און אינעם הארץ פונעם שטאַט קומט פאר דער פאסטיוואל.
גוגלטע הייסט מיר פלוצים זיך קירעווען צו א זייטיגן זאמדיגן שאסיי, און חברה, דא הייבט זיך אן די רייזע, ווייל אויב ביז יעצט האט אלץ אויסגעזען די זעלבע, פון מדבר צו בערג צו וועלדער צו גראזלאנד, אומעטום ענליכע שאסייען און ״שאפינג מאלס״ נוסח אמעריקע, האט דער שאסיי דא פלוצים איינגענומען א שינוי צורה. שוין גארנישט צו דערקענען אז עס איז אמעריקע בכלל, און כ׳רוף אויס מיט עקסטאז: דאס איז דאס ארט וואו דוד נעים ישראל האט געזונגען און געפאשעט די שאף! די געשלענגלטע וועגן גייען צווישן באגרינטע חן׳עוודיגע בערגלעך, און ס׳איז אן אנדער מציאות אינגאנצן.
דריי שעה זיגזאגן מיר אזוי מחוץ לישוב און לסוף גרייכן מיר הרים וגבעות, בערג מיט בערגלעך באדעקטע מיט הויכע צעדער־ביימער, און אט זענען מיר דא. אויף זאמדיגע שטחים זענען פארקירט טויזנטע מאשינען. מיר מאכן זיך ארט צווישן זיי, און פון דארטן לאזן מיר זיך צו פוס צו די טויערן פונעם פעסטיוואל, אן אלטערנאטיווער וועלט, א געווירבל, א געטומל, אומצאליגע ברואים ווי די מוראשקעס, א וועלט אן בנינים, אן באנקנאטן, אן טעכנאלאגיע, און אן עלעקטרע און גאז. נאר געצעלטן צום שלאפן; טשאטשקעס צום האנדלען; גיטארן צום שפילן, און האלץ צו ברענען. און ווי זאגט מען פסח, ״וויל מען״ גייט מען באקליידעט – וויל מען גייט מען אדם נאקעט – וויל מען נאגט מען מענטא, וויל מען נאגט מען האפמאן׳ס בייז וואונדער – די משוגענע גערשטלעך (LSD בלע״ז). ברוכים הבאים צו דער וועלט פון היפיס, אוואנטוריסטן, ארטיסטן און סתם פארוואגעלטע אדער נייגעריגע, זיך צוזאמענגעקומען מכל העולם דא העט פארווארפן.
און מחנות מחנות מכלערליי, ווי די שבטי ישראל אין מדבר, איז אויסגעשפרייט אויפן שטח, איש על מחנהו ואיש על דגלו, און מיר גייען צו צו דער אידישער מחנה, וואס טראגט דעם נאמען „קעמפ שלום“ – וואס געפינט זיך בשכנות מיט „קעמפ ישו קריסט“… און גלייך ווי די „בני ישראל“ שטעלן מיר אויף אונזערע געצעלטן – מה טובו אוהלך יעקב. ובין המחנות — און צווישן די מחנות אויפן אפענעם פעלד, שטייען אויסגע׳שורה׳ט הויכע שפיציגע „טיפי“-אוהלים ווי פיראמידן, אזעלעכע כמו טעמפלען, לאמיר זיי אנרופן „משכן׳ס“, זייערע טירן זענען אפן פאר יעדן, און עס זיצן לייטן אויף לייליכער, איינער לעזט, איינער מעדיטירט, פארטאן אין התבודדות.
צוביסליך האב איך מיך אויסגעלערנט צו זען א סדר אינעם אומ׳סדר. דורכאויסן טאג דרייט מען זיך און פרייט זיך מ׳שטיינס געזאגט. פארנאכטס קומט פאר א גרויסע צערעמאניע, דאכט זיך לויטן אינדיאנישן נוסח, פייקלעך, קולות, געטענץ, זיך פאראייניגנדיג מיטן גרויסן „ספיריט“, (ווי כאילו א סארט „עצרת קידוש השם“), הגם וואס רוב רובינו זענען קיין רויטע אינדיאנער נישט; נאכן „עצרת“ ווערט אויסגעטיילט נאכט-עסן, זופ מיט בונדלעך און לינזן, נדבת הנדבנים – געשאנקען דורך גוט הארציגע לייט, און ס׳איז אהבה ואחוה ושלום ורעות.
יעדן אווענט זעצט זיך אוועק כל גרופע וגרופע, יעדער אין זיין מחנה, אין זיין ווינקל, ארום א פייער, און מ׳בטל׳ט צייט, דער זיפט טיי, יענער פאררויכערט געווירצן, דא צעשפילט זיך עמיצער מיט זיין אינסטרומענט, דא פארגייט זיך עמיצער אין א געזאנג. און איצי אונזערער רומפלט פון מחנה צו מחנה מיט זיין פייקל און גיטאר אויף די פלייצע, און מיך שלעפט ער מיט כ׳זאל מיטפידלען, און אומעטום זינגט ער זיין באליבטן זמר I wanna love you מלא התלהבות, נישט קיין חילוק צום וויפלסנטן מאל, און תמיד ווערט דער עולם מיטגעריסן מיט זיין עקסטאז.
איצי אז ער פארפייקעלט זיך איז ער אין אנדערע עולמות, און ער פארמאגט דעם צויבער, אז ווען און וואו אז ער זיצט זיך אויף א שטיין און נעמט זיך איבערן פייקל באגלייט מיט קאמישער ברומעריי, באווייזן זיך נקיבה׳לעך פון ארום ווי גייסטער און פארטאנצן זיך ווי בייז כישוף.
איינער, א מעקסיקאנער מיט לאנגע פעך שווארצע האר, האט מיר ענדליך געוויזן א לעבעדיגן ביישפיל וויאזוי מען איז מפתה א נקיבה׳לע אזוי אינמיטן דערינען. ער זאגט, גיי נאך מיר און זע, און איך גיי, און א האלב נאקעטע שיינע הויכע שלאנקע היפיקע, ברוין פון דער זון, קומט ארויס פון ערגעץ פון די וועגן, ווייזט זיך אויס א ניי גאסטערן אין „לאנד“, און ער באגריסט זי, ער נעמט זי ארום א לאנגע צייט ווי אלטע גוטע פריינד, און פינעף מינוט שפעטער איז דער ממזר געווען מיט איר נאקעט אונטער א בוים.
והיה בחצות הלילה — און יעדער נאכט צו חצות — און דאס ריכטיגע, דער קלימאקס פונעם מעת-לעת, געשעט. א גיגאנטישער פויק רינג, „דראם סירקל“ בלע״ז, שטעלט זיך אינעם פאר׳חושך׳טן פעלד, שאטענעס האקן אין הארמאניע מיט התלהבות אין האנט פייקלעך און טעפלעך, און אינמיטן דעם רינג פלאקערט א גרויסן שייטער, און הארט ארום דעם שייטער טאנצן כולו נאקעטע מיידלעך צום רויטן אפשיין פונעם שייטער, און ס׳איז יום טוב אינדערוואכן.
נו, וואלט דאס דאך געדארפט זיין מיין אויסגעבעטענער ארט, מיין גן עדן. ארויסגעקוקט האב איך דאך פאר טאקע פונקט דאס, נקיבה׳לעך, און אט איז א וועלט פון נקיבות… וועל איך דיר זאגן, איך האב זיך קוים געקענט דערווארטן ארויסצוגיין פון דעם ארט. קודם כל איז געווען הייס און שטויביג. צווייטנס, הכנה (״גדולים״) איז מען געגאנגען איבער גריבער אויפן אפענעם בערגל לפני קהל ועדה ווי כ׳זאל זיין משה רבינו אויפן הר סיני, חברה, נאטור אהין נאטור אהער אבער אלץ האט א שיעור. דריטנס, פארשטיי איך נישט די היפי וועלט, איך ווייס נישט ווי מען קען ליב האבן די גאנצע וועלט, און פערטנס, איך האב לסוף מיט קיין מיידל נישט איינגעקלאפט קיין ריכטיגע מגע משא. איך האב פראבירט, אבער ס׳האט זיך מיר שטענדיג עפעס ארויסגעגליטשט פון די הענט.
און כ׳האב געשפיגן בלוט ביז איך האב מצליח געווען דעם איצי׳ן ארויסצוזען פון דעם זאמדיגן ארץ ההיפיס, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זיין גן עדן עלי אדמות, אבער פאר מיר, להיפוך, אן עולם התוהו. כ’האב כמעט גומל געבענטשט אז איך האב דעם טיפ ארויסגעשלעפט פון זיין דביקות אינעם זומפיגן לאַלאַ לאנד.
אז איך זעץ זיך אינעם אויטא, ווערט מיר גרינגער אויפן הארצן, מחיה נפשות. עס צינדט זיך אן ״מרדכי בן דוד״ (זיין טעיפ מיטן נאמען Double album) אינאיינעם מיטן לופט־קילער, און איך שמעק שטאטישקייט, איך שמעק ברוקלין, איך שמעק א היימיש ניו יארקער יאכנישער היים. און מיין הארץ פרישט אויף, אַאַאַ — ציוויליזאציע! נו, פרעג איך דיר, זענען בני אדם׳ישע נייגונגען נישט פאררוקט משוגע? א וואך צוריק בעט איך זיך, נאטור, כל כולו נאטור אן ציוויליזירטע קאפ ווייטוג, און אז כ׳בין שוין געווען א קארגע וואך אין דער נאטור, בעט איך זיך למען השם, ציוויליזאציע.
און געוואנדן האבן מיר זיך צום ריכטונג פון קאליפארניע דרום צו. פארוואס קאליפארניע? ערשטנס, אז מען האט שוין יא געמאכט דעם גאנצן זיידענעם וועג פון מזרח ביז מערב, ווי קען מען זיין דריי שעה אוועק פון קאליפארניע און איר נישטאמאל א שמעק טאן? קאליפארניע איז דאך די ארץ זבת חלב ודבש פון אמעריקע, על כל פנים אזוי האב איך דעמאלס געגלויבט. צווייטנס, אין קאליפארניע, האט דאך איצי געוואוינט מיט מושקא די יעלת החן, וואס ער האט אין ברוקלין אונז דערציילט סיפורים נפלאים וועגן זיינע ראמאנטישע יארן ביי די ברעגן פונעם פאציפישן ים, אונז אלע אנרייצענדיג די קישקעס.
גייען מיר טאקע קיין דרום, און אז מיר שפרייזן נאר אריבער דעם גרעניץ, און ס׳הייסט מיר זענען אריין אין קאליפארניע, זינג איך שירי שבח והודיה, און אז עס ווערט טאג און איך זע פאלמען ביימער, שריי איך אויס, אט זענען מיר אינעם געבענטשטן לאנד. און מיר רייזן דורך בערג מיט כינרת׳לעך, ס׳דאך נישטא קיין שיעור צו זייער שיינקייט, און א בוים האב איך געזען פון די ענקים, פי כמה גרעסער פון אן עץ ארז, הנקרא „סאָקאָיע ביימער“, וואס כידוע וואקסן זיי נאר אין דעם ארט אויפן כדור הארץ. מיר האבן פארברענגט אין סאן פראנציסקא, א שיינהייט פון א שטאט, אירע באקאנטע משופעדיקע הויפט גאסן אראפ צום אקיאן איז דאך באמת וואונדער שיין, ווען איך זאל נאר נישט וויסן וואס פאר אן ארענדע, דירה־געלט, די דירה מאגנאטן די חזירים נעמען דא.
און מיר ציען ווייטער על חוף הים אויפן וועג קיין דרום, עס ווערט וואס אמאל ווארימער, זוניגער, די הייזער פארוואנדלען זיך אין ווייסן שטוק, די דעכער אין רויטע באלאטעס, ווי מען זאגט מיר הייסט עס ״שפאניש ארכיטעקטור״, און פון פארנט באפלאנצט מיט טיפישע הויכע קאליפארנישע פאלמען, און כ׳קוק פון אוטא פאר׳חידוש׳ט און פארגאפט, עפעס א ״ניי ארץ ישראל״. ברוכים הבאים צום ווייסן זוניגן דרום קאליפארניע.
און אז אפגעווען אין לאס אנדזשעלעס, אפגעטון דארטן וואס מיר האבן אפגעטון, האט איצי נאך ווייט נישט בדעה זיך צוריק צודרייען אהיים, אים גייט אין לעבן ממשיך צו זיין דרום: ״נאך צוויי שעה פון דא איז סאן דיאגא, די שטאט פון מיר מיט מושקא! זאגט ער מיט געגועים, און מיר פארן. א ברירה האב איך מיט אים?!..
ווינטן פון ארץ מעקסיקא בלאזן שוין פון אריבער די גרעניץ, און מיר גרייכן דעם שיינעם ריינעם שטאט סאן דיאגא. אלע קהילה לייט באגריסן מיט פרייד איצין, און פרעגן זיך נאך מושקא׳ן. און מיר ווערן געליידנט אויף שבת, צוויי געשוואוירענע שיל שונאים שלאגן זיך ארום איבער אונז די געסט, און צום סוף גייט א פשרה, איינע בייטאג איינע ביינאכט, און געשלאפן זענען מיר אין גארטן מיט די הינטעלעך.
פרעג איך איצי׳ן, בשלמא דו האסט דא פארענדיגט מיט א שיינע מושקא, וואלט איך שוין ערווארטעט עפעס ענדליכעס דא פאר מיינעטוועגן. זאגט איצי, מהשם מצעדי גבר, ס׳קען אלץ געשען! און ס׳געשעט, פרייטוג צונאכטץ זעה איך איר… און שבת בייטאג ווידעראמאל… זי עפנט א מויל און זי איז נישט קיין היגע, נאר פון פופצן מייל אוועק ביים אנדערן זייט גרעניץ, דאס איז די רויטע שיינע מעקסיקאנערן מיט איר בלעכענעם פנים און פערזענע באקן.
(המשך קומט)
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO