נײַער נומער „אויפֿן שוועל“ דעקט קולטורעלע ווירקונג פֿון רוסלאַנדס מלחמה אויף אוקראַיִנעNew issue of magazine ‘Afn Shvel’ covers cultural impact of Russia’s war on Ukraine
אינעם נומער: אַ ליד פֿון דער אוקראַיִנישער סאָציאָלאָגין אַלאַ מאַרטשענקאָ וועגן די אַטאַקן אויף איר געגנט, און אירע זכרונות ווי אַ קינד אין אומען.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די אָרגאַניזאַציע „ייִדיש־ליגע“ האָט לעצטנס אַרויסגעשיקט דעם נײַסטן נומער פֿון איר זשורנאַל „אויפֿן שוועל“ — אַ טאָפּעלן נומער פֿון 92 זײַטן — וועגן דער ווירקונג פֿון רוסלאַנדס אומפּראָוואָצירטער מלחמה מיט אוקראַיִנע אויפֿן ייִדישן און ייִדיש־שפּראַכיקן לעבן און קולטור אין ביידע לענדער.
אינעם זומער־האַרבסט־נומער 2022 וועט איר לייענען דאָס ליד „100 טעג“ פֿון דער אוקראַיִנישער סאָציאָלאָגין אַלאַ מאַרטשענקאָ, וווּ זי באַשרײַבט דעם אָנגעווייטיקטן מצבֿ פֿון איר סבֿיבֿה, אָנהייבנדיק פֿונעם מאָמענט איידער די רוסישע באָמבעס האָבן גענומען פֿאַלן בײַ איר אין געגנט. לייענט אויך אַן אינטערוויו וואָס דער זשורנאַל האָט געפֿירט מיט מאַרטשענקאָ אַ קנאַפּן חודש פֿאַר דער אינוואַזיע, וועגן אירע קינדער־יאָרן אין אומען.
קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ, אַ יונגע ייִדיש־לערערין אין בערלין, באַשרײַבט וואָס ס׳איז געשען ווען אין מיטן איר וויזיט מיט דער מאַמען אין מאָסקווע, איז די מלחמה אויסגעבראָכן. דער נומער נעמט אויך אַרײַן אַ קריטיק פֿונעם רוסישן אָנפֿאַל, אָנגעשריבן פֿונעם וועלט־באַרימטן פּיאַניסט יעווגעני קיסען; וועגן ייִדישן טעאַטער אין אַדעס; וועגן דעם שרײַבער דער נסתּר, און דעם טעקסט פֿון חיים גראַדעס רירנדיקער לעקציע וועגן סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער, וואָס ער האָט אָפּגעהאַלטן אין מאָנטרעאָל אין 1958.
כּדי צו ווערן אַ מיטגליד פֿון דער „ייִדיש־ליגע“ און באַקומען דעם זשורנאַל, גייט אויף www.leagueforyiddish.org/mitglidershaft.html
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
