ווידעאָ: באַקענט זיך מיט אַ שוסטער אין בעלאַרוס און אַנדערע געבוירענע ייִדיש־רעדערVIDEO: Meet a shoemaker in Belarus and other native Yiddish speakers
אינעם פֿילם אינטערוויויִרט מען אויך אַ שנײַדער, אַ שמיד און אַ סעקולאַריסטישער פרוי אינעם שטעטל מיר.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אין אַ וווּנדערלעכן דאָקומענטאַר־פֿילם דורכגעפֿירט אין גאַנצן אויף ייִדיש, באַקענען מיר זיך מיט זעקס עלטערע ייִדן אין בעלאַרוס, אַרײַנגערעכנט אַ שוסטער, אַ שנײַדער און אַ שמיד.
דער 90־מינוטיקער פֿילם, „דער סוף פֿונעם וועג“, באַשטייט פֿון אַ ריי אינטערוויוען דורכגעפֿירט דורכן ייִדישן לינגוויסט דוד כּ״ץ, וואָס דער ליטווישער פֿילמאָגראַף סאַוליוס בערזיניס האָט געקירצט און צונויפֿגעשטיקעוועט ווי אַ דאָקומענטאַר־פֿילם און אַרויסגעלאָזט אין 1998. פֿאַראַיאָרן האָט מען דעם פֿילם אַרויפֿגעשטעלט אויף יוטוב, וואָס דערמעגלעכט מענטשן איבער דער וועלט צו הערן אַן עכטן ליטווישן ייִדיש ווי אַזוי מע האָט עס גערעדט הונדערטער יאָרן לאַנג, ביז די דײַטשן און זייערע קאָלאַבאָראַטאָרן האָבן דאָרט שיִער נישט פֿאַרטיליקט די אָרטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג.
דער פֿילם איז אַ טייל פֿונעם ליטוויש־ייִדישן ווידעאָ־אַרכיוו.
אינעם פֿילם זעען מיר ווי דער שוסטער יאַנקל פּעלקין אַרבעט אינעם וואַרשטאַט וואָס ער האָט אויפֿגעשטעלט אין זײַן שטוב אין גלובאָק, און ווי דער פֿרומער שנײַדער אַבֿרהם יעקבֿ פּעלקין פּאַסט אויף אויף די חיות אין זײַן גאָרטן. מיר באַקענען זיך מיט ליבע קרעניטשנע, דער סעקולאַריסטישער, פּראָ־סאָוועטישער (אָבער אַנטי־סטאַליניסטישער) געוועזענער פּאַרטיזאַנקע אינעם שטעטל מיר, וואָס האָט שפּעטער געהאַט אַ טראַגישן סוף. נאָך דעם וואָס זי איז אין די 1990ער געבראַכט געוואָרן קיין לאָנדאָן צו זאָגן עדות אין אַ מישפּט פֿון מלחמה־פֿאַרברעכנס, איז זי מיט אַ יאָר שפּעטער ברוטאַל דערמאָרדעט געוואָרן; דעם מערדער האָט מען קיין מאָל נישט געפֿונען.
אַנדערע ייִדן וואָס מע אינטערוויויִרט אינעם פֿילם: מאירקע סטאָלער, אַ שמיד אין ראָדין, וואָס איז אויך געווען אַ פּאַרטיזאַנער. כאָטש ער האַלט זיך פֿאַר אַ סעקולערן ייִד דערמאָנט ער מיט וואַרעמקייט דעם חפֿץ־חיים און די לעגענדאַרע ראָדינער ישיבֿה; דער ייִדישער שרײַבער הירש רעלעס, וואָס מע האָט צוליב דעם פֿילם געבראַכט פֿון זײַן קליינער דירה אין מינסק צו אַ שטוב אויף דאַטשע, לעבן לידע; יוסף קאַנטאַראָוויטש, וואָס זינגט אַ פֿאַר־מלחמהדיקן נוסח פֿון „התּקווה“ מיט דער אַשכּנזישער הבֿרה.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

