אַוואַניסירטע גראַמאַטיק מיט יצחק ניבאָרסקי און אַנדערע זום־קורסן פֿאַר ייִדיש־קענערAdvanced grammar with Yitskhok Niborski and other Zoom courses for Yiddish speakers
בײַם אַרבעטער רינג וועט מען דעם פֿרילינג אויך לייענען ווערק פֿון א. לייעלעס, י. י. זינגער און רחל קאָרן.

Photo by Yiddish Book Center
דער אַרבעטער רינג האָט געמאָלדן אַז מע קען זיך שוין פֿאַרשרײַבן אויפֿן פֿרילינג־זמן, וואָס נעמט אַרײַן אַ צאָל קורסן פֿאַר ווײַטהאַלטער. אַלע קלאַסן קומען פֿאָר איין מאָל אַ וואָך און ווערן געפֿירט אויף ייִדיש.
דער לינגוויסט יצחק ניבאָרסקי וועט לערנען אַ קורס פֿון ייִדישער גראַמאַטיק, מיטן טראָפּ אויפֿן ייִדישן זאַץ. צווישן די פֿראַגעס וואָס מע וועט באַטאָנען: צי שפּילן אַלע פּראָנאָמען אין אַ זאַץ די זעלבע ראָלע? וואָס איז דער ריכטיקער באַניץ פֿון די פּאַרטיקלען „עס“ און „דאָס“?
דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, גענאַדי עסטרײַך, וועט אויסטיילן זכרונות פֿון ייִדישע שרײַבער אין שײַכות מיט דער צעטיילונג פֿון פּוילן אין 1939, אַרײַנגערעכנט די שרײַבער דוד ספֿרד, שיינע־מרים בראָדערזאָן און מרדכי צאַנין.
דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר עמעריטוס בײַ מאַקגיל אוניווערסיטעט, יודזשין אָרנשטיין, וועט אַנאַליזירן די לידער פֿון א. לייעלעס — איינער פֿון די גרינדער פֿון דער אינזיכיסטישער באַוועגונג, און אַ מײַסטער פֿון עקספּערימענטאַלער, אינטראָספּעקטיווער פּאָעזיע.
מײַקל וועקס וועט לערנען אַ קורס וועגן ייִדישן הומאָר און סאַטירע, אויפֿן סמך פֿון די ווערק פֿון אליהו בחור, מענדעלע, שלום עליכם, דער טונקעלער, משה נאַדיר, דזשיגאַן און שומאַכער און אַנדערע.
שבֿע צוקער וועט לערנען וועגן די ליטעראַרישע ווערק פֿון ייִדישע שרײַבערינס, אַרײַנגערעכנט קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אַננאַ מאַרגאָלין, רחל קאָרן, בלומע לעמפּל און הינדע בערגנער.
קאָליע באָראָדולין, דער דירעקטאָר פֿון דער ייִדיש־פּראָגראַם בײַם אַרבעטער־רינג, וועט אַנאַליזירן י. י. זינגערס ראָמאַן „יאָשע קאַלב“ דורך שײַכותדיקע היסטאָרישע געשעענישן, אַרכיוואַלע דאָקומענטן, פּאָעזיע און לידער פֿאַרבונדן מיט די טעמעס באַטאָנט אינעם בוך.
דער קולטור־טוער דניאל גלאי וועט אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט פֿון שעפֿעריש שרײַבן, וווּ ער וועט מוטיקן און העלפֿן די סטודענטן אָנשרײַבן זייער אייגענע פּראָזע, לידער, פּיעסעס און זכרונות אויף ייִדיש.
אַבֿרהם ליכטענבוים וועט לערנען אַ קורס וועגן י. ל. פּרצעס עקספּערימענטן בײַם שרײַבן פֿאַרן ייִדישן טעאַטער, ווײַל דער טעאַטער — האָט פּרץ אַ מאָל געזאָגט — איז אייגנטלעך אַ שול פֿאַר דערוואַקסענע.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף איינעם אָדער מער פֿון די קורסן, גיט אַ קוועטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
