אַ סאַטירישער ראָמאַן װעגן דער װײַמאַר־רעפּובליק איז אַרױס אין אַ ייִדישער איבערזעצונג A satirical novel about the Weimar Republic now in a Yiddish translation
עריך קעסטנערס ראָמען „דער גאַנג פֿון די הינט‟ איז ענלעך צו ייִדישע און העברעיִשע ראָמאַנען פֿון דער תּקופֿה צװישן בײדע װעלט־מלחמות.
„אַ יונגער בחור דערשיסט זיך, אַן אַנדער בחור װערט דערטרונקען און בײדע טױטפֿאַלן זענען, לכאורה, גאָר װײניק באַרעכטיקט.‟
אַזױ האָט דער דײַטשישער מחבר עריך קעסטנער פֿאַרסך־הכּלט דעם אינהאַלט פֿון זײַן ראָמאַן „דער גאַנג פֿון די הינט׃ אַ געשיכטע פֿון אַ מאָראַליסט‟ אינעם נאָכװאָרט צו דער ערשטער אױפֿלאַגע אין 1931. קעסטנער דערקלערט װײַטער׃ „דאָס בוך פֿאַרמאָגט נישט קײן סיפּור־המעשׂה, קײן אַרכיטעקטאָנישן געבױ, […] און ניט קײן צופֿרידנשטעליקן סוף‟.
איצט איז דאָס מערקװירדיקע בוך אַרױס אין אַ ייִדישער איבערזעצונג פֿון עמיל קאַלין אינעם אָרליאַנסקי־טעקסט פֿאַרלאַג אין שװעדן. „דער גאַנג פֿון די הינט‟ האָט בשעתּו אַרױסגערופֿן גאָר שאַרפֿע אָפּרופֿן, און עד־היום קען מען ניט טרעפֿן, װאָס איז טאַקע געװען דער מוסר־השׂכּל פֿונעם בוך. דער ראָמאַן איז בכּיװן פּראָװאָקאַטאָריש צוליב די עראָטישע שילדערונגען פֿון כּלערלײ יצר־הרעדיקע עבֿירהלעך, װאָס מען האָט געטריבן אין בערלין ערבֿ היטלערס אױפֿקום. דער הױפּטהעלד פֿאַביאַן זעט אױס װי אַ געלאַסענע פּאַרשױן אָן איבעריקע אַמביציעס. ער וואַלגערט זיך אין די נאַכטלאָקאַלן, װאָס זײַנען דעמאָלט געװען חצי־לעגאַל אין דײַטשלאַנד, אָבער אַלײן האָט ער ניט קײן חשק פֿאַר הולטײַסטװע. אין אָנהײב האָט ער אַ שטעלע אין אַ רעקלאַמע־פֿירמע, אָבער אין גיכן װאַרפֿט מען אים אַרױס, און בהדרגה פֿאַלט ער אַרײַן אין ביטערן דלות.
הײַנט האַלט מען דעם דאָזיקן ראָמאַן פֿאַר אײנעם פֿון די שאַרפֿסטע, אָבער ניט פֿון די טיפֿסטע, קריטישע שילדערונען פֿון דער מאָראַלישער, סאָציאַלער און עקאָנאָמישער ירידה פֿון דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט בשעת דער דעפּרעסיע־תּקופֿה. אין יענער צײַט האָבן די נאַציאָנאַליסטישע קריטיקער באַשולדיקט קעסטנער אין באַשמוצן דאָס דײַטשישע פֿאָלק, בעת די קאָמוניסטן האָבן אים געלױבט פֿאַר זײַן קריטיק פֿון בירגערלעכע מידות. אָבער קײן סימפּאַטיע צו קאָמוניזם איז האָט קעסטנער ניט געהאַט, און דאָס קומט אַרױס בולט אינעם ראָמאַן. קײן נאַציאָנאַליסט איז ער אױך ניט געװען, הגם ער האָט באַשלאָסן צו פֿאַרבלײַבן אין דײַטשלאַנד אונטער היטלערס שליטה, דװקא בעת אַ סך חבֿרים זײַנע זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון לאַנד.
קעסטנערס ביכער זײַנען געװען צװישן די, װאָס די נאַציסטן האָבן פֿאַרברענט לעבן דעם בערלינער אוניװערסיטעט אין 1933. און קעסטנער איז געװען דער אײנציקער צװישן די מחברים פֿון די פֿאַרברענטע ביכער, װעלכער איז טאַקע בײַגעװען בײַ דער דאָזיקער עקזעקוציע. ער האָט געהאַלטן, אַז זײַן פֿליכט װי אַ שרײַבער איז צו זײַן אַן עדות פֿון נאַציסטישע פֿאַרברעכנס און פֿאַרשרײַבן דאָס, װאָס עס קומט פֿאָר פֿאַר זײַנע אױגן. די נאַציסטן האָבן אים ניט גערודפֿט, אָבער מען האָט ניט דערלאָזט דרוקן זײַנע ביכער. אַ װײַלע האָט ער פֿאַרדינט פֿון די האָנאָראַרן, װאָס ער האָט באַקומען פֿון אױסלאַנד, דער עיקר פֿאַר זײַן בוך „עמיל און די דעטעקטיװן‟, װאָס איז געװען װײַט פּאָפּולער בײַ יונגע און דערװאַקסענע לײענער איבער דער וועלט. ער האָט איבערגעלעבט די מלחמה און װײַטער געאַרבעט אין מערבֿ־דײַטשלאַנד װי אַ רעדאַקטאָר און שרײַבער.
מיט װאָס קען דאָס בוך זײַן אינטערעסאַנט פֿאַרן הײַנטיקן לײענער חוץ די זשװאַװע בילדער פֿונעם בערלינער דעקאַדאַנס? קעסטנער איז געװען אַ מײַסטער פֿון דער דײַטשישער שפּראַך. קעסטנערס זאַצן, װי פּראָסט זײ זאָלן ניט קלינגען, האָבן אָפֿט מאָל אַ ביטער איראָנישן קװעטש, װאָס לאָזט זיך שװער איבערגעבן אױף אַן אַנדער לשון. װי עס האָט דערװיזן קאַלין אין זײַן איבערזעצונג, קען ייִדיש זײַן גוט צוגעפּאַסט פֿאַר אַזאַ מין סטיל. אָט למשל איז אַ שמועס צװישן פֿאַביאַן און זײַן קאָכאַנקע בשעת זײ שפּאַצירן בײַ נאַכט איבער בערלינער גאַסן:
„די דאָזיקע ריזיקע שטאָט איז געבױט פֿון שטײן, און אין דעם זין איז זי ענלעך אױף דעם, װאָס זי איז געװען אַ מאָל, אָבער װאָס איז שײך די אײַנװױנער, איז זי שױן לאַנג ענלעך אױף אַ משוגעים הױז. אױף מיזרח װױנט דאָס פֿאַרברעכן, אין צענטער-שטאָט צעהוליעט זיך די שװינדלערײַ, אױפֿן צפֿון — די נױט און אױפֿן מערבֿ — די אױסגעלאַסנקײט. און אין אַלע פֿיר עקן הימל װױנט דער אונטערגאַנג.‟
„און װאָס װעט קומען נאָך דעם אונטערגאַנג?‟ פֿרעגט דאָס מײדל.
„דאָס טיפּשות, האָב איך מורא,‟ ענטפֿערט פֿאַביאַן. ער דערקלערט װײַטער, אַז בטבֿע איז ער ניט קײן אָפּטימיסט אָבער אַ שװאַרצזעער: „איך קוק און װאַרט. איך װאַרט, די אָרנטלעכקײט זאָל האָבן די אױבערהאַנט […] אָבער איך װאַרט דערױף, װי אַן אומגלױביקער קוקט אױס אױף אַ נס.‟ קײן נס װעט זיך מיט אים אָבער ניט טרעפֿן. פֿאַביאַן װערט דערטרונקען װען ער װאַרפֿט זיך אַרײַן אין װאַסער, כּדי צו ראַטעװען אַ קלײן ייִנגעלע.
„לײדער, האָט ער נישט געקענט שװימען.‟ אַזוי ענדיקט זיך טאַקע דער ראָמאַן.
קעסטנער איז ניט געװען קײן ייִד, אָבער מסתּמא װאָלט ער אָפּגעשאַצט קאַלינס אױפֿטו. װען מען רעדט הײַנט װעגן דער װײַמאַרער תּקופֿה, דערמאָנט מען אָפֿט מאָל די חשובֿע ראָלע פֿון ייִדן אין דער דעמאָלטיקער דײַטשישער געזעלשאַפֿט. אָבער ייִדן זײַנען װײַט ניט בולט אין קעסטנערס ראָמאַן. פֿון דעסטװעגן, זעט פֿאַביאַן אױס װי אַ קרובֿ פֿון די העלדן פֿון אײניקע ייִדישע און העברעיִשע ראָמאַנען פֿון יענער צײַט, װי למשל ישׂראל ראַבאָנס „די גאַס‟ אָדער דוד פֿאָגעלס „חיי נישׂואים‟ („דאָס מאַן־און־װײַב־לעבן‟). דאָס איז אַ טיפּ פֿון אַ פּאַסיװן אינטעליגענטן יורד, װאָס קען ניט אױסלעבן אין אַ פֿרעמדער אײראָפּעיִשער שטאָט. די ייִדישע העלדן פֿילן זיך כּסדר פֿרעמד אין דער קריסטלעכער סבֿיבֿה, ניט געקוקט אױף זײערע באַמיִונגען זיך צוצופּאַסן צו יענער געזעלשאַפֿט. קעסטנערס פּערסאָנאַזשן זײַנען דײַטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר, אָבער זײ פֿאַרמאָגן אַ פּינטעלע „ייִדישקײט‟ אין זײערע דעליקאַטע כאַראַקטערן. אין אַ גרױסער און פֿרעמדער אײראָפּעיִשער שטאָט איז פּשוט ניטאָ קײן אָרט פֿאַר זײ . די דאָזיקע „ייִדישע‟ מידות װערן בולט אַנטפּלעקט אין קאַלינס ייִדישן נוסח פֿונעם מוסטערװערק פֿון דער דײַטשישער ליטעראַטור.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO